פאַרפרי
.
קום שפּעט ביינאַכט פון שטוב אַרויס
ווען קיינער קערט ניט הערן
און קוק זיך צו ווי אײַן, ווי אויס
עס זשומען קלאָר די שטערן
און ווען דערזען דו וועסט דעם זשום,
וועסטו פאַר זיך געפינען
דעם שאַ און שטיל פון שטערן־שפּיל,
פון אייביקער נגינהל
און ווען דער קלאָרער שטערן־טרעל
וועט טרייסטן דיך ביז טרערן,
וועסט דאַן דיין האַרץ ווי ס'האַרץ פון וועלט
דערשפּירן און דערהערן.
קום שפּעט ביינאַכט פון זיך אַרויס
ווען קיינער קער ניט שטערן
און האָרך זיך איין – וועלט־אײן, וועלט־אויס
אין זשום פון זײן און ווערן
.