Sunday, May 31, 2009





פון וואס, פון וואס
אזוי פארעקשנט
עס שווייגט
דער בוים,
דער אלטער מקשן?

בלויז קוים א שארך
מיט צווייגן. קוים
א וואונק, א האלבן
מיט דער קרוין.

אזוי פיל לעבנס
אפגעשוויגן
און מיט זיין שווייגן
מאנט ער פארט

מע זאל דערקלערן,
ווערן קליגער
פארוואס ר'טוט שטייגן
אויף איין ארט.

און ס'דאכט, אז ער נאר
קאן די תשובה,
מיט וועלכער מענטשן
הייצן הרובעס.

דערפאר, דערפאר
אזוי פארמשכונט
עס שווייגט
דער בוים,
דער אלטער עקשן.




י



teplik


ניט סע בענקט זיך,
ניט סע האסט זיך,
וויגלאנד -- צעראבירט, פארסטרויעט,
היימלאנד, היימלאנד -- ווייט און נאענט,
טראגסטו ווארצלען
טיף אין הארצן.

קיין פארביטערטקייט ניט נויעט,
בלויז דער אייביק
שארפער ווייטיק
איבער ברעקעלעך און חורבות
שניידט זיך איין מיט ליכט
מיט שווארצן,

נאר דער שמייכל דויערט, דויערט
איבער וויגלאנד'ס שטאלצע קורוועס,
איבער היימלאנד'ס קלוגע שוטים,
אויף די שליאכן שטארק פארקויטיקט
קרומער שמייכל -- גלייכער שכל
פול מיט מיטלייד
טרויערט.


י

Friday, May 08, 2009





דו קוקסט אַרויס אין דרויסן

און זעסט אַ פייג

און זעסט ווי ביימער גרויסע

בילדן אַ שטייג

פאַר זיך אַליין און אפשר

פאַר דיר אַליין

וואו קיינער זאׇל ניט הערן

דיין שטיל געוויין

ווייל אַלץ און אַלע לויפן

אַוועק פון שטייג

בעת מיטן בליק דו קלעטערסט

פון צווייג צו צווייג

און קיינער קער ניט וויסן

פון דיין באַגער

אַז אין דיין שטאַם זאׇל פליסן

אַ נייער שער

אַז אויך די ביימער זאׇלן

אַ טענצל גיין

איבער די בערג און טאׇלן

און שטיין און ביין


קוים רירן זיך די גרויסע

מיט קרוין, מיט צווייג

דו קוקסט אַרויס אין דרויסן

און זעסט אַ פייג