Thursday, December 29, 2016

!שפּאַן, משה, שפּאַן -- ביז 120



משה, מישאַ, מיכאַיל,
אונדזער וועג איז שוין דער ציל
אונדזער ציל: צו זיין אין וועג –
אָנקומען, נאָר ניט אַוועק

גרייכן רעשיק,
טאַפּן שטיל.
ערנסט אויסשפּילן
די שפּיל.

וויינען מיט אַ שמייכל קלאָר
לאַכן מיט אַ בראָך אין קול
און ביים אויסשפּילן די ראָל
ניט פאַרלירן דאָס געפיל:

וואו זאָל מען איין,
וואו זאָל מען אויס,
צי ס'איז הייס,
צי ס'איז גאָר קיל

און ניט פאַרלירן
אונדזער פּנים
ניט אַרויסגיין
נאַקעט, אָן אים

און קלייבן שטערן אויפן וועג
סיי אין שטויב און סיי ביי לייטן
וועלעכע אויף יעדן שטעג
טרעפן זיך אין אַלע צייטן

אונדזער צייט – די ווילד צעדרייטע
זאָל זיך טיף אין ליד צעשפּרייטן
אונדז באַגלייטן אויפן וועג
דער טאָג איז קורץ ,דער גאַנג – אָן ברעג

גראָד דער, וואָס לאַכט,
איז גאָר דער ערנסטער –
באַחנט מיט שפּאַס
שפּאַן, משה לעמסטער!


אן אלט ליד פון דעצעמבער 2013





מיר זענען דאָ גאָרניט צום ערשטן מאָל
מיר זענען דאָ גאָרניט צום לעצטן מאָל
הימל און שטערן הערן אונדזער קול
וואָס הילכט און דויערט איבער באַרג און טאָל

און טאָמער מיינט איר אז ס'איז סתם אַן עול
איז אויך דער עול אונדז ליב ונקט ווי אַמאָל
סיי שבת, סיי יום טוב, סיי בימי חול
אין שטיין און שטאָל, און אין קרישטאָל

אַזאַ איז אונדזער גאָב. דער עיקר -- מע זאָל
ניט מיינען אַז מ'קאָן צערייבן אונדז אָן צאָל
אָן חשבון און אָן רייז גלייך ווי אַ מאָל

מיר זענען דאָ און ס'הילכט דאָ אונדזער קול



Monday, December 26, 2016

פאַר וועמען פאַרשרייב איך








פאַר וועמען פאַרשרייב איך
מיינע יידישע לידער?י
פאַר די כמאַרעס פון אויבן,
פאַר דעם טאָל אין דער נידער.

פאַר דעם מונטערן עכאָ
וואָס האַלט אין איין טענהן:
מה שמך? מה שמך? מה שמך?

דהיינו?!

דהיינו, פאַר דיר
און פאַר מיר אויך, אוודאי,
כ'פאַרשרייב און שריי אויס זיי
גאַנץ שטיל –

די פּלעיאַדע
זאָל ניט ווערן פאַרשעמט
דורך מיין שפּיל
כלא־ידע 

בעת זיי אין די הייכן די ווייטע
אויף שפּיצן
פון בערג אויף פּלאַנעטן
דערווייטיקטע זיצן

און מאָנען, דערמאָנען,
די שיער פאַרגעסענע פריצים,
שעפּטשענדיק הויך
אין חלל פון קאָסמאָס:

אַנו, ברענג אַריבער
מיט ניגון, אָן חכמות –
נייע יידישע לידער
מיט אונדזערע אותיות!

ווייל סע פעלט זיי צום כריין
נאָך א ביסל חרוסת...

פאַרהייבסטו די ברעמען,
פרעגסט ווייטער "פאַר וועמען"?
דער לוסטיקער עכאָ
מיט דיר טוט זיך שעמען...




"יונג יידיש"








ס'איז שווער צו בלייבן יונג אויף אייביק
אפילו אויף אַ קורצן אייביק

דער וואָס אין דויער אירער ז'גלייביק
פון בראַווער יוגנט שטאַרק און לייביק

עס ווערן אויך ביי אים דערווייליק
די ציין זיינע אי טעמפּ אי אייליק
די יוגנט לויפט אַוועק קורצווייליק

ביז ער פאַרשטייט שוין ווי קורצזיכטיק
ז'געווען זיין קוק אויף אַלץ וואָס ליכטיקט

מיט אָפּגלאַנץ גיכן וואָס לויפט פארבייאיק
אַוועק פון אַלץ וואָס איז כדאַיק
צו עכטער שטילקייט וואָס בלייבט אומשרייאיק

פאַרבלייבט לדורות שטאַרק און גלייביק

ס'איז שווער צו בלייבן יונג אויף אייביק
אפילו אויף אַ קורצן אייביק




ווילסט זיין א וועווריק




ווילסט זיין אַ וועווריק  מיט די ניס זיך נערן
און שפּרינגען־פליען צווישן צווייגן פון אַ בוים,י
און אַלץ וואס טוט צו אים, דעם בוים, געהערן
זאָל זיין פאַר דיר פון וואָרצלען ביז דער קרוין.י

דיין פוטערן וויידל זאָל דער וועלט דערקלערן
אַז דו טוסט הערשן איבער קערעלעך און ניס;י
דער צווייגנציטער אונטער הימלס שטערן
באַלאַנגט אויך דיר אוודאי, אויף געוויס.י

דעם פויגלס זיסן ליד האָסט האָלט צו הערן,י
נעמסט איין די שאָרכעניש פון וואַלד־און־פעלד...י
די שטאַרקע וועלף? מגושמדיקע בערן?י
דאס צוויטשער־ליד איז ניט פאַר זיי געטרעלט!י

אַ וועווריק ביסט,י
פון שפּרינג־און־פלי דער מייסטער
באַגייסטערט פון אַיעטווידן סעזאָן
גלייך ער זאָל זיין די מאָדע נייסטע
שבנייסטע,ח
שוין לאַנג פאַרגרייט פאַר דיר
פון סאַמע בראשית אָן.י


Sunday, December 25, 2016

    אַ שאָק מיט יאָרן ניט געזען דיך
    און יעדער שאָק איז בלויז אַ האַלבע שעה
    די צייט אַנטלויפט, די צייט געשענדטע –
    זי וויל און קאָן ניט בלייבן דאָ.
    ...
    רק דו אומצייטיקע, פון גאָט געשענקטע,
    כסדר זיך דערמאָנסט,
    קריכסט ניט אַרויס פון קאָפּ
    מיט דער געדעכעניש דער שענסטער –
    דעם זינען טאַנצנדיק און זינגענדיק דו מאָנסט
    אַהער, אַהין, אַרויף, אַראָפּ...
    אַ שאָק מיט יאָרן טאַקע ניט געזען דיך...

ניט) געפערלעך)




דו זאָגסט ס'איז ניט געפערלעך
וואָס אונדזער ליבע טויט איז.

שטיל אָפּגעשלונגען פּערלעך,
דער בליק איז כלומרשט לויטער...

צי זאָל דען, ביטער שווערלעך,
די ריינקייט ווערן קויטיק  

כל־זמן זי אומאויפהערלעך
אַלץ ריזלט, צאַפּלט, ברויזיקט?

זיך טרייסטן, שלינגען טרערלעך?!..
ניין, ס'טאַקע ניט געפערלעך –

מערניט ווי מעשה חוזק –
זי בליט און בלוטיקט הערלעך!

ס'געזאַנג – אי שטאָלץ, אי רויטיק
ווי בלום, ווי פלאַם, ווי בערלעך,

ווי בלוט וואָס שלאָגט און דופקט
אין ליבע וואָס ניט טויט איז!


Sunday, December 11, 2016

אויף א האלב



ס׳האט מעסער ניט דערלאנגט צום הארצן
אויף א האלב...
ביינאכט אין הימל אינעם שווארצן --
א ווייסע שוואלב.
בייטאג א זשומעניש צעשארט זיך
גאר אן א שיעור,
גאנצן מעת-לעת דער ווייטיק נארט זיך
טיף, טיף אין דיר.
וואלסט האבן פליגל, וואלסטו אנטרונען
פון וויי-און-פיין
״ווי פילסטו זיך?״ -- דער בוים טוט שטומען
״א דאנק. גאנץ פיין.״
און מיטן שמוך פון ריינעם ליגן
טוסטו א גלעט
די גאלע קארע, וואס זאגט א ניגון
פון פרי ביז שפעט
דער טאג לויפט ווייטער און ווערט פארפאלן
אין אוונט-פעך
אויפס׳ניי מיט זיך אליין בלייבסט פאלן
אויף מעסערשטעך

Monday, December 05, 2016

לאָמיר זיך איבערזעצן



Dov-Ber Kerler
9 hrs
לאָמיר זיך איבערזעצן
קויפן ווערטערביכער
איך וועל דיך פאַרטייטשן
און דו 
 מיך "איבערפירן"

מ'עט אונדז אויף גויאיש שעצן
גלעטן מיט לאַנגע בייטשן
רמזימלעך אויסקוועטשן 
אויסזוכן טיפע טייטשן

לאָמיר זיך איבערזעצן
אויף עפּעס אַן אנדער לשון
צעבייטן אויף ספּאַגעטי
אונדזער יויך מיט לאָקשן

וועט מען אונדז פּאַכוואַליען
די גרעסטע וועלט מבינים
פון כלערליי מאָדע־כוואַליעס
פון שטראָמען מכל־המינים

נאָר בראָק מיך, שלאָג מיך, הרגע
טאָמער גיב איך זיך אונטער
אפילו דעם בעסטן מתרגם
כל־זמן איך בין נאָך מונטער