Tuesday, March 04, 2014

גוגל






אין דיין היימיש ענגן חוגל,
אינעם קרייזל פון דיין דאָ־זיין
טוסט אַ מאָל זיך אַ צעגוגל
און דערזעסט וואָס דאָ באַווייזט זיך –

וויפל נאַרישקייט און וויסן,
וויפל פּרטים און קוריאָזן
טוט אַלץ שוועבן, שפּרינגען, פליסן –
אין מייטקעס, פּעלצן, לעדערהאָזן!

ווערסט מגולגל דורכן גוגל
אין אַ שפּייכלער פון שיריים,
וואָס דו ביסט מער ניט מסוגל
זיי געהעריק צו פאַרדייען...


Monday, March 03, 2014

מערץ 2014







דער מאַרצאׇווער שניי זיך ראַנגלט אויסצופאַלן,
די מאַרצאׇווע זון – ברייט צעשפּרייט די שטראַלן,

דאׇס מאַרצאׇווע ווינטל שטילט זיך־איין צוביסלעך,
די מאַרצאׇווע וועווערקעס קנאַקן זיך די ניסלעך...

און דו שטייסט און גאַפסט, שטייסט ביים ראַנד פון ווינטער
פרעגסט: וואו גייט דאׇס אַלץ אַזוי פלינק אַהינטער?

פרילינג, זומער, האַרבסט, אויך די בייזע וויוגעס –
שוין 
אַלץ אַראָפּ פון מאַרק – סאַראַ האַרבע סוגיא...

דאַכט זיך וואׇס? – אַ יאׇר. דאַכט זיך, אַ שטיק לעבן?
פון מעריב ביז קאַיאׇר דער אין־סוף טוט זיך וועבן.

דער אין־סוף? טאַקע ער? טאׇ ווער טוט אים פאַרשטעקן
פון לעבן וואׇס איז וואׇר, וואׇס ענדלעך מוז זיך עקן?