Thursday, March 17, 2011

?אַליין – איז די נשמה ריין

-


איר מעגט מיר גלייבן
אָדער ניין,
"אַליין – איז די נשמה ריין"
ניט שווער דעם זאָג
איז צו פאַרשטיין,
נאָר ער בלייבט שטעקן
ווי אַ ביין
ביי מיר אין האַלדז,
ווייל ס'טאָר ניט,
טאָר ניט 
זיין אַליין
דעם מענטשנס האַרץ

































Monday, March 14, 2011

אַ קלאָץ־קשיה פון אַ שאַינדעלישל


by באריס קארלאוו on Tuesday, March 15, 2011 at 1:36am




צי מע קאָן נאָך
געפינען
אַ סימן
אַ שמץ
פון ערגעץ
אַ שפּליטער
אַ גליווער
פון אמת
אַז עמיץ
געלאָזט האָט
אַ לייבלעכן שפּור
אַ שנור
אַ צינור
אַ פאַרקלאָגטן
פון נעכטן
אַ רמז
אַן אָנוואונק
אַן אָנדענק
אַן עכטן
ניט סתם אַבי וועמעס
ניט רק אַבי יענעמס
וואָס זאָל
נאָך אויפשיינען
אף־על־פּי
אַלע פּיינען
און מאַכן מער קלאָר
די אין־סופיקע וואָר
נאָך איידער
מ'דערזעט הי
דעם לעצטן קאָיאָר




Saturday, March 12, 2011

לאָגל וויין



דער שוין האַלב־פּוסטער
לאָגל וויין
איז אָנגעפילט ביז האַלב
מיט פּיין
און שפּאַנעדיק
אַלץ טריט נאָך טריט
ווייסט שוין אַליין
אויף זיכער ניט
וואָס זאַפּסטו מער
אין זיך אַריין
דעם טערפּקען וויין
דעם זיסן פּיין
און צווישן ביידע
אינדערמיט
מיט ליכט פון פריינד
מיט פלאַם פון פיינט
פון מזל־ברכה גוט געהיט
באַנאַנד מיט שאׇטן
און מיט שיין
צוביסלעך
ווערסטו 
אויסגעפליקט




Thursday, March 03, 2011

וועסט שווייגנדיק דערציילן אַלץ



וועסט שווייגנדיק דערציילן אַלץ
דיין האַרץ וועט רעדן
לעפצן דיינע – שטומען
ווי ס'פלעמל וואָס איז דוחק חושך
ווייס אויף שוואַרץ
וועסט שווייגנדיק דערציילן אַלץ
און ס'וועלן אַלע האָרכן קומען
טיף באַרוישטע

געווען אַמאָל, אַמאָל אַ לעבן
שווער און האַרב
נאָר ס'איז געווען אַ לעבן
ניט קיין גסיסה
און טאָמער פלעג שוין
עמיץ פּלוצים טאָן אַ שטאַרב
איז אויך דער סוף
געווען גאָרניט ניט קיין מיאוסער

געווען, געווען אַמאָל אַ שוואונג
אַ צאַפּל דראַנג
און פרישער, אמתדיקער
אויף דער צונג
און אין די פיס – דער אומרו
און יעטוויד פּיצל באַנג
פאַרגיין פלעג גלייך מיט צוואַנג
פון וועלט וואָס טאָר ניט
וויסן פון קיין קומער

און ס'וועלן קומען האָרכן
קינד און קייט
און טיף אין אינגעווייד
פון דיינע רייד די שטומע
דערהערן יענעם שאָרכן
פון גראָז ווען ס'וואַקסט
פון זיך אַליין
און ס'טוט פּלוצטהאַלב דערמאָנען זיך
מיט בענקשאַפט נאָך די בלומען

וועסט שטילערהייט
פאַרציילן אַלץ ביז דנאָ
וואָס איז געוואָרן און
געוועזן וואָס
צעפּולווערט און צעווייעט
פון תו צוריק צום אלף
שעה נאָך שעה
בלויז ניט דערמאָן דעם חלף
וואָס טוט אויפסניי זיך פרייען

וועסט שטומערהייט דערציילן אַלץ
מיט שווייגן וואָס פאַרטויבט
דעם גרעסטן ליאַרעם
און קאָן ניט מער צו־רו לאָזן
אַיענעמס האַרץ
וואָס פאָכען נעמט שוין נעבעכדיק
ניט טויט, ניט לעבעדיק
ניט קאַלט, ניט וואַרעם



 ·  · שיתוף · מחיקה

קוואַזי מוסר

by באריס קארלאוו on Thursday, January 6, 2011 at 2:12pm

-

ס'איז היינט אַ שוואַרצער טאָג
פון פעסט פאַרקלאַפּטע טירן
אַיעדערער פאַרשפּאַרט זיך
אין זיין שטאַל
און טאָמער וועט אין דרויסן
עמיץ טאָן אַ פאַל
וועט זעלטן ווער די הענט צעפירן
כאָטש מוסר־זאָגערס, עצה־געבער
האָט מען גאָר א שלל

נאָר קומען וועט דער טאָג
ווען הערצער ווערן אָפן
אי אינעווייניק
אי פון דרויסן
פון גרויסער ליכט באַשטראַלט
און טאָמער וועט דאַן עמיצער
די וואונדער־ליכט פאַרשלאָפן
פאַרפעלט ער ביידע וועלטן
איבעראַל

און דו, מיין ליבער פריינד, הער אויף
צו קלאָגן
אַ שיינע וועלט, אַ מיאוסע וועלט –
ס'איז אַלץ עגאַל
וואָס קאָן מען טאָן
איז תמיד גרינג צו זאָגן
נאָר ווייטער טאָן און זאָגן
בלייבט נאָך אַלץ
דער כלל