געשטאָרבן
חודש אב
און אויך דער
חודש אלול
דערנענטערט
זיך לסוף
צו יענעם סומנעם
הבל
וואו ס'וועט צו אים דערגיין
מיט יאָמערלעך
געשריי
מיט אָרעמס אָפענע
פאַראומערט
דער תשרי
און אויף דער
וועלט
שוין קומען
גאָלע קעלט
דער וויין
ווערט רויט
און רויטער.
און ס'פאַרפעלט
זיין קול פון
טרוים
דעם ליימענעם
געצעלט
און אַלץ
ווערט בלאָטע, שטויב
פאַרשוינט, פאַרוועלקט...
דעריבער,
ליבער פריינד,
ניט זאַם
זיך, לאַנג ניט קלער
און ברענג
מיט זיך שוין היינט
די גוטע לייט
אַהער
פון נאָענט
און פון ווייט
פון הי און
פון דער פרעמד
איעטווידער זאָל
גלייך
טאָן וואָס ער האָט
פאַרקלערט.
האָט מען
געזאגט: דו, זע,
די כמאַרעס
זאַט און פול
מיט רעגנס זענען גרייט
פאַרטרערן אַלץ
אָן גבול.
און
צוגעגעבן: הער,
די הימלען
אין דער הייך
מיט דונער, אָך־און־וויי,
דערגרייכן באַלד
אַהער.
און זע: פאַר
דיר – דער פראָסט.
און אויך: פאַר
דיר – דער פלאַם.
דער – קומט אַראָפּ
ניט פּראָסט
און דער – איז
גאָר ניט סתם, –
דער שנייען פראָסט:
אַראָפּ,
דער פלאַם
פון וויין: אַרויף.
דו, דאַר דיר
ניט דעם קאָפּ,
דערפריי אין
זיך דעם גוף.
טאָ שטיי זשע
אויף, מיין פריינד,
פון בעכער
און פון קרוג
נעם טרינקען־מיט
דעם וויין
וואָס רויט
איז ווי דיין בלוט.
נעם טרינקען
מיט אונדז מיט
בייטאָג און
אויך ביינאַכט
און טרינקען
ווער ניט מיד
לזכר זומער־פּראַכט.