Saturday, July 08, 2017

...שוין צו שפּעט צו שלאָפן

*


    שוין צו שפּעט צו שלאָפן,
    כאַפּ זיך, בעסער, אויף,
    נעם שרײַב־אויף די סטראָפן,
    דײַן ליבער מוזעס רוף:

    "יעדער אַטאָם אָטעמט,
    יעדער שפּאַן זיך שפּינט
    צווישן שײַן און שאָטן,
    צווישן בלום און בין

    כאַפּ זשע אויף זיך, ליבער,
    מונטער שטעל זיך אויף
    ווערטער ווערן לידער,
    נשמהדיק – דער גוף."
              
    נאָר ווי זשע זאָל איך, ליבע,
    זיך אָפּטרייסלען פון שלאָף
    קומסט דאָך דאָרט אַריבער
    צו חלום און צום סטראָף?
                           
    אין פיבער פון מײַן בענקשאַפט,
    אין טרוים פון מײַן געזאַנג
    איז וואָר אַליין צו ענג שוין
    צו לעשן דעם פאַרלאַנג –
            
    צו זײַן מיט דיר אינאיינעם,
    מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר,
    בעת ווײַטקייטן צעשיידן
    אונדז ביידן אָן אַ שיעור.  

    "גענוג, גענוג שוין שלאָפן",
    די מוזע רוימט מיר אײַן,
    גוטהאַרציק טוט זי האָפן
    אַז כ'וועל אַ מענטש נאָך זײַן.                                                                                                                           

פיר צײַטן פון אַ גאַנץ יאָר

*


    ס'טוט דער פרילינג אַלץ זיך בעטן
    ביז אין ווינטער נעכט אין שפּעטע
    ״וועלט און וואַלד, רק ניט פאַרגעסט מיך —
    ס'איז ניט סתם וואָס כ'הייס אויך – וועסנע!..״                                                                                                                                                  

    און דער לאַנגער, כמורנער אָסיען —
    רײַסט אַראָפּ אַלץ, דרעשעט, קאָסיעט
    ניט אומזיסט מ'רופט אים אויך — האַרבסט,
    ער זאָגט דעם ווינטער: ״אויך דו שטאַרבסט!״                                                                                                                                                  

    און דער שטרענגער, שאַרפער ווינטער
    ווייסט שוין ניט וואו ר'זאָל אַהינטער
    צי פון וואַנעט ר'זאָל אַרויסעט,
    ווײַל ער האָט מער ניט קיין עתיד.                                                                                                                                                                    

    שיקט ער ליבע־בריוו דעם זומער,
    נאָר פון היץ ווערט יענער — שטומער —
    ביז די פייגל בויען נעסטן
    לשם וועסנע, לשם וועסנע...                                                                                                                                       
        

אלץ טוט שלאפן

*


    אַלץ טוט שלאָפן – דאָרף און וועלדל
    ביימער שלאָפן שטילערהייט,
    פייגל, חיות, קינד־און־קייט –
    טיף אין שלאָף דאָס גאַנצע וועלטל
    בלויז דאָס טײַכל שלאָפט ניט אײַן...
    אין לבנהדיקער שײַן.                                                                                                                                       

    צו זיי אַלע – דאָרף און וועלדל,
    פייגל, חיות, קינד־און־קייט –
    קומט אַ חלום מלא־פרייד,
    שטיל פאַרכּישופט ס'גאַנצע וועלטל...
    בלויז דאָס טײַכל פליסט פאַרבײַ
    אונטער שטערן פראַנק־און־פרײַ.                                                                                                                  

    טײַכל, טײַכל, זאָג פאַרוואָס זשע
    איז דיר שלאָפן אַזוי קשה,
    אַלץ אַרום איז שאַ און שטיל
    אײַנגעהילט אין חלומס דרשה
    און בלויז דו, פאַרוואָס, פאַרוואָס זשע
    בלײַבסט מחוץ דעם דרעמל־שפּיל?                                                                                                             

    ענטפערט עס: ווי קאָן איך שלאָפן
    אַז עס שלאָפט ניט מענטשנס וואָפן
    גרייט צו פּלאָדיען גוואַלד און מאָרד?
    כ'ווייס די וועלט כ'וועל ניט אויסהיטן,
    נאָר ווי ס'שטייט בײַ העראַקליטן –
    כ'טאָר ניט אײַנשטיין אויפן אָרט.

שוין צוויי, דרײַ שעה זינט איך האָב דיר געשריבן

*





    שוין צוויי, דרײַ שעה זינט איך האָב דיר געשריבן,
    דיר ניט געשענקט קיין איינציק וואָרט,                                                   

    נאָר ניט פאַרפעלט קיין רגע, ניט פאַרשוויגן
    דײַן קול וואָס מיט מײַן גליק ז׳צונויפגעפּאָרט,
    .
    זײַן לעבעדיקן אָפּהילך טיף אין האַרצן,
    זײַן רייצנדיקן רוף ״טאָ וואָס זשע וואַרטסטו!״                                         

    איז שרײַב איך איצט כּדי צונויפצוגראַמען
    אַליינקייט אונדזערע מיט ליכטיקן צוזאַמען                                                


א ליד קומט נעכטיקן מיט דיר

*

    אַ ליד קומט נעכטיקן מיט דיר
    צוזאַמען
    עס אָטעמט ליכטיק איר באַריר
    אפילו ווען אָן גראַמען
    זי טוט פאַרברענגען — דאָ
    ...
    מיט דיר — אַ רגע, צי אַ שעה
    גלײַך חוץ אייך ביידן איז קיין שום זאַך מער ניטאָ
    זי'ט זײַן מיט דיר ווי־לאַנג איר ניגון וואַכט...
    און טאָמער שײַנט דיר ס'גליק —
    טיילט זי מיט דיר איר גנאָד
    אַ גאַנצע נאַכט