Sunday, October 27, 2013




פון דעם יידישן עזבון פון קאָזמאַ פּעטראָוויטש פּרוטקאָוו

די נאָז

ס'האָט אַן אומגליק מיר געטראָפן
ס'איז די נאָז פון מיר אַטלאָפן

די רשעים, מיינע שונאים, י
קרומלעך שמייכלען מיר אין פּנים

פון דער ווייט – אַ בייזער שפּאַס – י 
כ'זע מיין נאָז שפּאַנט אויף דער גאַס

סאַראַ צרה, סאַראַ ווייטיק
אָט די נאָז איז מיר שטאַרק נייטיק

ס'איז אַ ביטערע פּאָטעכע
אַן דער נאָז, דורך מויל צו דעכען

כ'פיל קיין טעם ניט, כ'הער קיין ריחות
ס'האָט דער קיום קיין שום איכות

און דאָס לעבן – ביליק גראָז
אָן דעם אבר, וואָס הייסט: נאָז

כ'בין ווי אַ מיליאָן כינעזער
וואָס מ'האָט זיי געלאָזט אָן נעזער

איז האָב איך זיך געטאָן אַ נדר
אַז איידער וואָס און איידער איידער

מוז איך מיר די נאָז אומקערן
אַניט כ'וועל סתם משוגע ווערן



Monday, October 21, 2013

טאָמער סטייען דיר די יאָרן



איבער בערג און איבער טאׇלן
לויפן, יאָגן זיך די יאָרן
און די אויסגעיינגטע כוחות
קוים זיי קלעקן נאָך. די מוחות
פון זכרונות אָנגעשוואָלן
און די טויבן וואָס זיי פליען
אַלץ אין פּאָרן
אַלץ אויף דרום
דעם סך־הכל אונטערציען
איבער וואַלד און פעלד אין קאָרן

שטרעק זשע אויס 
צו זיי דיין אָרעם
און צו זייער פליגל פאָכען
הייב אָן 
זינגען, זינגען, זינגען
איבער פעלדער, איבער וועלדער
בערג און טאָלן
טו זיי גריסן
טאָמער וועלן סטייען יאָרן 
דיין געזאַנג זאָל ווייטער פליסן

Friday, October 11, 2013





Saturday, October 05, 2013





.זוכסט דעם דריטן. שוין צייט בענטשן מזומן
וואו איז ער, וואו, ער מוז דאָך צוריק קומען?י
ס'ברויט – ניט קיין מוציא – אַ גאַנצער לאַבן
צעשניטן. קרישקעס וואַרטן אויף אַ זיסן דאַוון
פון דריי פּאָר לעפצן ביים מזומן בענטשן.י
די שאָטנס ווערן לענגער אויף די ווענט שוין,י
דאָס פלייש פאַרענדיקט, וויין – שוין אויסגעטרונקען.י
וואו איז דער דריטער, וואָס האָט ערשט געזונגען
גלייך אָט־אָ־דאָ מיט אונדז, מיט אונדז צוזאַמען?י
וואו ביסטו, ליבער מענטש, וואו טוסט זיך זאַמען?י
מיר קוקן זיך אַרום נאָך דיר, מזומן בענטשן,י
קיין סימן ניט, אפילו צווישן פרעמדע מענטשן.י
נאָר קומען וועסט, דעראויף זאָל זיין אַ סימן
מיט דיר אינאיינעם, זאַלבעדריט – מזומן־בענטשנס הימען.י