Eifersucht ist eine Leidenschaft,
*
:כ'האָב ליב זיי אַלע
די הויכע, די רונדע,
די שלאַנקע, די פעטע,
די קלוגע, די שיינע,
די יונגע, די שפּעטע, —
יעדערע באַזונדער,
און אַלע
אינאיינעם! י
Lily of the Leaves by Irina Izhogina
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
,מיין אייניקל
דער נאָך ניט געבוירענער,
וואָס טוט מען
ער זאָל ניט גיין
פאַרלוירן גאָר?
מיין זיידע,
וואָס איך בין נאָך אים
אַ נאָמען,
ביים קוקן זיך אין שפּיגל
כ'דערקאָן אים.
איז וויאַזוי
פאַרבינדט מען
דעם זיידן און דעם איינקל? –
לידער צו מייסטרעווען
איז זיכער צו ווייניקלעך!..
און פאָרט
מיט אַ גראַם
דעם סוד צו באַשיידן
ווילסטו פאַרבינדן
לדורות
זיי ביידן...
צום טאַקט פון שפּעטן שוין נאָך־חצותישן באַריר
אָט ווערן שוין די ווערטער מיד און מילדער
און ס'ווערט ניט וויכטיק מער וואָס שפּעטער איז, וואָס פריר
אַבי צוריק ביי זיך בשלום רוען דיינע שאָף און רינדער
דיין וועלט וואָס דרעמלט איז ממילא ניט צו גרויס
כאָטש ס'נעמט אַריין דעם גאָרן גלאָבל שטעטל
און ווייט ניט תמיד ווייסטו ווען זי לאָזט זיך אויס
אין ענגע דלד אמות פון דיין אייגן סדומיש בעטל
זי שלאָפט גאַנץ וואַכזאַם בעת דו וואַכסט קוים־קוים
זי טוליעט זיך צו דיר בעת דו באַזינגסט איר טאַליע
זי איז דיין עיר־הקודש און דיין רוים
דיין שיר־השירימדיקע בבל־דזשעז קאַרנאַליע
דער האַרבסט ווערט משוגע
און לידער זיך גיסן און גיסן
ווי טרערן פון רעגן זיי רינען
פון הויכע קאַרניזן...
די האַרבסטיקע לידער –
קאָן זיין ניט קיין קלוגע,
קיין איבערגעשפּיצטע,
נאָר ווערטער פון ריזן
נאָך יוירען אין זיי
דורך ציין
דורך פאַרקריצטע.
דער האַרבסט ווערט משוגע
און דו – האַלטסט אין איין
קלייבן ווערטער
דער וועטער – קאַפּריזנער
אַלץ ווערט ער
און ווערט ער:
אַ רענדל אַ וואָרט
איז ביי אים אויסצונאַרן אַ שורה,
נאָר פאָרט
ניט קיין שלעכטע
ביי דיר איז, מיין פריינד,
סינעקורע!
דער האַרבסט ווערט משוגע
נאָר גאָניט די לידער,
וואָס גיסן זיך,
וויינען
דאָס ווערט מיטגעריסן
מיט נפילישע קלאַנגען וואָס פליסן
אינאיינעם
דיין אייגענע בענקשאַפט
אין קרייז
פון די ווערטער פון ריזן –
דער האַרבסט ווערט משוגע
און לידער זיך גיסן און גיסן
'Fallen tree in Autumn Rain'