Tuesday, April 28, 2009

--

-







ווי זעט אויס אַ ליד

פון דעם נייעם יאׇרטויזנט

אַ מאַסקולינער אַנדרוגינוס

אין ווייבערשע הויזן


אַ האַפטיקער שטאַמל

וואׇס וויגט זיך און הוידלט זיך

אַ פיל־שטאׇקיק וויגוואַמל

וואו ווילדקייטן הויזן זיך


באַנאַנד און צוזאַמען

מיט ריחות מיט היימישע

געקניפּט ווי בצוואַנג

מיט פאַרלאַנגען בהמישע.


ווי קלינגט דאׇס אַ ליד

פונעם נייעם יאׇרטויזנט

אַן עלנטער אׇפּהילך

פון נעכטיקע ברויזן


בעת איינזאַם־אינאיינעםצוזא

אויף וועלטישע רחבותן

ווערן מורעשקעס איכותן

פאַרוואַנדלט אין כמותן


און קוים אַ געוויין

איז דער וועלט

אַ געלעכטער


אַ יאׇמער, אַ קלאׇג

דער עולם

פארשוועכט אים


ווי זעט אויס אַ ליד

ווען די צייטן זיך בייטן

און פאַרטראׇגן די נאׇנטשאַפט

צוריק צו די ווייטן




Wednesday, April 15, 2009




etoia



כלומרשט גרינגער

ס'איז שוין געוואׇרן גרינגער

און סע דאַכט –

אַז איצטער בלויז
צען, עלעף מאׇל אַ טאׇג
פון דיר איך טראַכט.
ניט מער ווי איין מאׇל
יעדע שעה,
בעת איך בין וואַך.

און ווען איך שלאׇף,
דאַן בין איך ערשט
מיט דיר גאׇר וואַך.
אינגאַנצן
בלויז מיט דיר –
די גאַנצע נאַכט.

דערנאׇך, אויף מאׇרגן
הייבט זיך אׇן
די זעלבע זאַך –
אינגאַנצן
צען, צי עלעף מאׇל
ווער איך פאַרטראַכט.

און כ'ווייס ניט,
וואׇס איז בעסער
טאׇג, צי נאַכט?
אין האַרץ –
אַ שאַרפער מעסער
האַלט די וואַך...

ס'איז שוין געוואׇרן גרינגער...
נאׇר איינס מיר דאַכט –

סיי ווען איך שלאׇף,
סיי ווען כ'פאַרבלייב
גאׇר אויף,
עס ברויזט אין מיר,
מיך אויסצודרייען מאַכט –
דיין וואׇר, דיין קול, דיין גוף