Saturday, October 20, 2007

איידער ויברך

-






דו זוכסט אַ בוים
מע זאָל אויף אים אויפהענגען
דיין סאַמע גרעסטן טרוים
נאָך דעם ווי דו וועסט מאַכן אַ ויברח
אין לאַנד פון אָפּגעדאַרטע צווייגן

דיין טרוים זאָל הוידען זיך
אויף יענעם בוים
און הוידען
און מעשה לא היה ולא נברא
זיך שפּיגלען אינעם אייביק לאַכנדיקן הודו
וואָס בלויז אויף כי־טוב
איז ער מסכים איינגיין

דעראויף זוכסטו אַ בוים
און וועסט אים זיכער נאָך געפינען
אין וואַלד, צי אויפן פעלד, צי אפשר אויפן באַרג
אַ בוים אַן עכטן און אַ פּרעכטיק גרינעם
אַ בוים וואָס איז אי הויך
אי שטאַרק

אַ בוים וואָס וועט אויך ווייטער זיין דערינען
מיט מאַמע־לשונדיקן ניגון רייך און וואַך
טיף אָנגעשפּאַרט אין זיידנס אַלטער עברי
אויך דורות־לאַנג נאָך דעם
ווי דו מאַכסט
דיין ויברח





Saturday, October 13, 2007

אויס זומער

-







זומער, זומער, – דו ווידער שטאַרבסט
און ווידער, איידער פאַלן זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער
אַיעטווידער זאָל ווערן פאַר צווייג־און־שטאַם אַ גוטער בעטער
.בעת ווינטער־שנייען ווערן שוין פאַרגרייט אין סאַמע האַרץ פון האַרבסט