Saturday, December 13, 2008

דו זאגסט איך זאל פארגעסן







דו זאׇגסט איך זאׇל פאַרגעסן...

פאַרגעסן זיך אַליין,

דיין ערדישן געלעכטער,

דיין הימלישן געוויין?


דו זאׇגסט איך זאׇל פאַרמעקן,

פאַרקלעמען שטייף די ציין,

פאַרווישן אַלע שטעגן,

פאַרשטשעמען שטיין און ביין...


ווי קאׇן איך און ווי מעג איך

פאַרגעסן דיך אין זיך?

פון קלעמעניש צעפרעסן,

געדענקשאַפט ווערט מיין פליכט,


מיין דאׇרשטיקע עשירות,

מיין אייביק וואׇרע ליכט,

פון סאַמע זלידנע קרירות

פון אַל דאׇס בייז פאַרהיט.


דו גלייבסט איך וועל פאַרגעסן,

נאׇר איך פאַרגעס אַלץ ניט

די הימלישע אַדרעסן,

דאׇס ערדישע געוויכט.