ס'טרעפט אַז אותיות ווערן... מענטשן!
אָט האָסטו אַליין דערקענט:
עס גייט אַ לאַנגער למד בענטשן
דעם גימלס גרויסע קרומע הענט.
אָט: עס קייעט שטרוי אַ פיי –
אַ מענטש בצורת פערד
און עס שאַרעט שי"ן דעם שניי
וואָס פאַרדעקט צו דיק די ערד.
און אָט: אַ זי"ן מיט זיין שטעקל
שלאָגט־אויס דעם שטויב, דרייט מיטן עקל
(כאָטש ניט יעדערער דערשמעקט
אַז ס'איז דאָ ביי אים אַן עק.)
און אָט: ס'פאָרט פאַרביי דער בית
נאָר דעם אמת מוז מען זאָגן –
פריילעך איז ער, גאָרניט בייז,
מערניט קו"ף אויף אים טוט קלאָגן!
רייד און קלאַנג קלינגט ביי זיי אַלע
פונקט ווי ס'פּאַסט ביי לייט;
רק און בלויז דער שטומער אל"ף
שטייט עלנט ביי דער זייט –
אָפּגענומען אים דאָס לשון
האָט אַ רייש – אַ ווילדער רשע,
מוז ער נעבעך בלייבן שטום
הגם ער האָט פיל וואָס צו טון.
און דאָך, דער שטאָלצער שטומער אל״ף
ווערט ביי זיך גאָרניט געפאַלן...
--------
צום סוף זשע:
ווען דער מענטש ווערט שטום,
אויס – געלעכטער, דראַנג, מחלותעס,
ווערט ער מגולגל אין צוויי אותיות –
אַ פאָר אותיעלעך:
פ"נ