Thursday, December 08, 2011

א מין סאָנעט

bluming





קוק אויף דער וועלט מיט שמייכלדיקע אויגן
וועט ווייכער ווערן אויך די כמורנע וואָר
איר מענטשלעכקייט – אַ קאַפּעלע דערהויבן
איר ליכטיקייט – דערמוטיקט אויף אַ האָר

און "אויף אַ האָר" איז גאָר אַ מאָס אַ וואַזשנע
ווייל אָפט עס הענגט דערויף די גאָרע וועלט
פון חכמי־בבל ביז דעם רב דעם דראַזשנער
פון סיני'ס מידבר־גלי ביז די סיבירער קעלט

און אויב די אויגן טוען מער ניט שמייכלען
וועט אויך די וואָר ניט ווינקען אויף צוריק
און גאָרניט וועט ניט העלפן. טוסקלער בליק

וועט רק דעם צער־און־צאָרן כמורנע כפלען,י
פאַרכמאַרעדיק אַלצדינג מיט טיפע צווייפלען
כאָטש נעם און הענג זיך אויפעט אויף אַ שטריק. י



    Sunday, November 20, 2011

    דערמאָנונג וועגן דער אומקונפט


    דו דערמאָנסט זיך אין דער צוקונפט
    און עס ווערט דער היינט דיר העלער:
    הויכע וואָלקנס, שלאַנקע רוקנס,
    אָן שום פינצטערניש פון קעלער. 

    און דו הערסט גלייך אויף צו בענקען
    נאָך דער שלווה, נאָך דער שטילקייט
    אין די קלאַנגען טוסט זיך שווענקען,
    אין די מילדקייטן פון ווילדקייט. 

    און עס טוט ניט באַנג דער נעכטן
    נאָר די פרייד פון גוטן שמייכל
    העל באַשיינט דאָס אומדערגרייכטע,
    דעם געמיט, דיין טרייען וועכטער. 

    מענטשן, זייט זיך ניט מיאש!
    אַלע וואַסערן און שטערן
    וועט דער בורא מאורי האש
    צו דער אייביקייט אומקערן,– 

    און דער מאָרגן, אָך דער מאָרגן,
    וועט אויפסניי שוין ווערן אומקונפט
    מאַכט אַ וואַרע, לעבט אַ וויילע
    איידער ס'פאַלט באַלד צו די צוקונפט.

    Monday, October 31, 2011



    אַ פּאָר ווערטער וועגן דוד ווידער'ס נוסח און וועגן "עצביהן כסף וזהב" אין אַלגעמיין

    דוד ווידער ע"ה האָט בעת דער ערשטער באַגעגעניש אין קאָלאָמיי ( מאַי 2003) אונדז אויסגעזונגען אַ ריי זעלטענע לידער, איינגערעכנט אַ קורצן פּורים־שפּיל, "דער קוימענקערער" (דער פולער טעקסט דאָ) און אַ ליד "יעקב'ס חלום" ('מה נורא המקום הזה'), וואָס לויט ווי ער האָט געזאָגט פלעגט מען דאָס ביי זיי אויסזינגען אויף פּורים בעת מ'איז געגאַנגען פון הויף צו הויף מיטן פּורים־שפּיל. ער האָט, פאַרשטייט זיך, אויך פיל דערציילט פון זיין לעבן און זיינע קינדעריאָרן אין סיגעט (ביז ער איז געוואָרן 5 יאָר אַלט), דערנאָך אין הערלוי און שפּעטער אין יאַס.

    צווישן די פאַרשידענע לידער האָט ער אונדז אויך אויסגעזונגען דעמאָלט דאָס גוט באַקאַנטע טראַדיציאָנעלע "עצביהם כסף וזהב" פון "הלל". דאָס ליד זינגט מען אויף אַ סך יום־טובים (אָבער ניט ימים נוראים), ווי אויך ראש חודש און חנוכה. דוד ווידער האָט עס דווקא פאַרגעדענקט ווי אַ מין "פּורים־שפּיל", מעגלעך ווי נאָך אַ ליד וואָס מ'פלעג אויסזינגען ווי אַ טייל פונעם קינדערשן פּורים־שפּיל רעפּערטואַר. "קוימענקערער" פלעג ער אויסשפּילן צוזאַמען מיט זיין ברודער, סיי אין הערלוי און סיי שפּעטער אין יאַס אין די 1930ער און היות ווי די שפּיל גופא איז גאַנץ קורץ, פלעגן זיי אפּנים אויך אויסזינגען עטלעכע לידער ווי "עצביהם כסף וזהב" און אפשר אויך "יעקב'ס חלום" (הגם דאָס צווייטע איז גאָרניט אַזוי פריילעך).

    די שורות פון תהילים, וואָס מע געפינט זיי, פאַרשטייט זיך, אין יעדן סידור, ווערן אין דעם ליד פאַרטייטשט, דאַכט זיך, ניט זעלטן אויף אַ שפּילעוודיק־אָפּלאַכערישן אופן. דאָס שטימט אוודאי מיטן לוסטיקן גייסט פון פּורים. דאָס איז אויך אין גייסט פונעם טראַדיציאָנעלן צוויישפּראַכיקן הומאָר וואו דער "הויכער רעגיסטער" פון לשון־קודש ווערט צונויפגעפּאָרט ניט מיט דעם קאָנווענציאָנעלן "טייטש"־לשון, נאָר דווקא מיט די פּראָסטע רייד (און דערפאַר אָפט אויסגעדריקט אין אַ "נידעריקן סטיל"). שפּורן דערפון קען מען געפינען אין די ווערק פון אַזעלכע שרייבער ווי אַקסנפעלד, מענדעלע און אפנים פיל אַנדערע. טביה'ס גוט באַקאַנטע פּסוקים ביי שלום־עליכמען (און ביי געוויסע אַנדערע העלדן זיינע) זענען מעגלעך די העכסטע שעפערישע אַנטוויקלונג פון דעם מין צווישנשפּראַכיקן הומאָר.

    די פּסוקים אויף וועלכע דאָס ליד איז געבויט, (אין תהילים קטו און קלה), זענען –
    אין קט"ו:
    ד  עֲצַבֵּיהֶם, כֶּסֶף וְזָהָב;    מַעֲשֵׂה, יְדֵי אָדָם.
    ה  פֶּה-לָהֶם, וְלֹא יְדַבֵּרוּ;    עֵינַיִם לָהֶם, וְלֹא יִרְאוּ.
    ו  אָזְנַיִם לָהֶם, וְלֹא יִשְׁמָעוּ;    אַף לָהֶם, וְלֹא יְרִיחוּן.
    ז  יְדֵיהֶם, וְלֹא יְמִישׁוּן--רַגְלֵיהֶם, וְלֹא יְהַלֵּכוּ;    לֹא-יֶהְגּוּ, בִּגְרוֹנָם.

    און אין קל"ה:
    טו  עֲצַבֵּי הַגּוֹיִם, כֶּסֶף וְזָהָב;    מַעֲשֵׂה, יְדֵי אָדָם.
    טז  פֶּה־לָהֶם, וְלֹא יְדַבֵּרוּ;    עֵינַיִם לָהֶם, וְלֹא יִרְאוּ.
    יז  אָזְנַיִם לָהֶם, וְלֹא יַאֲזִינוּ;    אַף, אֵין־יֶשׁ־רוּחַ בְּפִיהֶם.


    און לויט יהואשעס איבערזעצונג (וועלכע איז אוודאי אַן ערנסטע) –
    קט"ו:
    4 זײערע געצנבילדער זײנען זילבער און גאָלד,
    דאָס װערק פון אַ מענטשנס הענט.
    5 זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט,
    זײ האָבן אױגן און זעען ניט;
    6 זײ האָבן אױערן און הערן ניט,
    זײ האָבן אַ נאָז און שמעקן ניט;
    7 הענט בײַ זײ, אָבער זײ קענען ניט אָנטאַפּן,
    פיס ביי זײ, אָבער זײ גײען ניט;
    זײ טוען ניט אַ הױך מיט זײער קעל.

    קל"ה:
    15 די געצנבילדער פון די פעלקער זײנען זילבער און גאָלד,
    דאָס װערק פון אַ מענטשנס הענט.
    16 זײ האָבן אַ מױל און רעדן ניט,
    זײ האָבן אױגן און זעען ניט;
    17 זײ האָבן אױערן און הערן ניט;
    ניטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל.

    דוד ווידער'ס נוסח פונעם ליד, וואָס ער האָט זיך עס אויסגעלערנט ביים טאַטן, איז, ווייזט אויס, אַביסל "קאַליע" געוואָרן פון דעם וואָס דער טעקסט וואָס ער האָט געקראָגן פאַר די אויגן איז דווקא דער פון תהילים קלה. אין יעדן פאַל אָט איז דער פולער טעקסט לויטן צווייטן און פולן נוסח:

    עֲצַבֵּי הַגּוֹיִם, כֶּסֶף וְזָהָב;    מַעֲשֵׂה, יְדֵי אָדָם –
    אַ געמאַכטן גאָט האָבן זיי,
    וואָס זיי האָבן אַליין באַשאַפן.
    אָך און וויי און וויסט איז זיי,
    אַ געמאַכטן גאָט האָבן זיי!
    אָבער אונדזער גאָט אין הימל,
    וואָס ער וויל, דאָס טוט ער
    און וועמען ער וויל, דעם גיט ער.

    אַ פֶּה־לָהֶם, וְלֹא יְדַבֵּרוּ –
    אַ מויל האָט זייער גאָט
    נאָר ער קען נישט רעדן.
    אָך און וויי און וויסט איז זיי,
    אַ שטומען גאָט האָבן זיי.
    אָבער אונדזער גאָט אין הימל,
    וואָס ער וויל, דאָס טוט ער
    און וועמען ער וויל, דעם גיט ער.

    עֵינַיִם לָהֶם, וְלֹא יִרְאוּ –
    אויגן האָט זייער גאָט,
    נאָר ער קען נישט זעען.
    אָך און וויי און וויסט איז זיי,
    אַ בלינדן גאָט האָבן זיי.
    אָבער אונדזער גאָט אין הימל,
    וואָס ער וויל, דאָס טוט ער
    און וועמען ער וויל, דעם גיט ער.

    אָזְנַיִם לָהֶם, וְלֹא יַאֲזִינוּ –
    אויערן האָט זייער גאָט
    נאָר ער קען נישט הערן.
    אָך און וויי און וויסט איז זיי,
    אַ טויבן גאָט האָבן זיי!
    אָבער אונדזער גאָט אין הימל,
    וואָס ער וויל, דאָס טוט ער
    און וועמען ער וויל, דעם גיט ער.

    אַף, אֵין־יֶשׁ־רוּחַ בְּפִיהֶם –
    אַ נאָז האָט זייער גאָט,
    נאָר ער קען נישט שמעקן.
    אָך און וויי און וויסט איז זיי,
    אַ סמאָרקאַטן גאָט האָבן זיי!
    אָבער אונדזער גאָט אין הימל,
    וואָס ער וויל, דאָס טוט ער
    און וועמען ער וויל, דעם גיט ער.

    אָפּלאַכן פון "זייער גאָט" און דערביי האָבן שטאַרק רחמנות אויף די געצנדינער, אָדער ווי דוד ווידער האָט עס דערקלערט אויף די קריסטן, איז פאַר זיך אַ גאַנץ לוסטיקער צייטפאַרטרייב. און אונדזערע פאָלקלאָר־פאָרשער האָבן שוין מסתמא באַמערקט אַז דער תנכישער מערצאָל (אָפּגעטער אָדער געצן) ווערט אינעם יידישן אויסטייטש פאַרביטן אויף איינצאָל פאַרוואַדלענדיק דאָס ליד אין אַ בולטן אַניט־קריסטלעכן חוזק. אינטערעסאַנט אויך אַז די ווייטערדיקע פאָלקסטימלעכע גילגולים פון דעם מין ליד ווערן ביי די זאַמלער אַזו־צי־אַנדערש פאַרבונדן מיט הומאָר און פריילעכקייט. י. ל. כהן שטעלט אַריין דאָס ליד "זאָג מיר, געטשינקע, וואָס זשע מאַכסטו" אינעם אָפּטייל פון "הומאָריסטישע לידער" און די צוויי לידער ("איי, זאָגט ער 'פּה להם ולא ידברו' " און "געטשינקע, וואָס דו מאַך?") באַווייזן זיך דווקא צווישן די פּורים־לידער אין דעם ערשטן אָפּטייל פון גינזבורג–מאַרעקס זאַמלונג (יענער אָפּטייל נעמט אַריין רעליגיעזע, נאַציאָנאַלע און יום־טובדיקע לידער).

    אָבער דעם אמת געזאָגט, פאָרמאָגט דער דאָזיקער נוסח, וואָס דוד ווידער האָט אויפגעהיט, מערניט ווי איין פאַל פון דעם פריער דערמאָנטן צווישנשפּראַכיקן הומאָר, וואָס בויט זיך אויפן קאָנטראסט צווישן לשון־קודש און פּראָסט־יידיש. בלויז אין דעם לעצטער סטראָפע געפינען מיר דאָס ניט־קיין צופעליק סלאַווישע וואָרט "סמאַרקאַטע" (אָדער "סמאָרקאַטע") וואָס מאַכט דעם באַטייט נאָך מער לעכערלעך – אי ווייל "סלאַוויש" איז במילא פּראָסטער און דערפאַר אָפט סטיליסטיש "נידעריקער", אי ווייל מע טוט כלומרשט דעם "גאָט זייערן" אַ בערישע טובה דערלאָזנדיק, אַז ער מעג אפילו פאַרמאָגן סמאַרק ביי זיך אין נאָז, אָבער בלויז בשפע אַזוי ווי ביי עפּעס אַ שטאַרק פאַרקילטן פּאַרשוין, אָדער ווי אַ קליין אומבאַהאָלפן קינד (אַ סמאָרקאַטש!), און טאַקע דערפאַר קאָן ער נאָך אַלץ ניט שמעקן (אָדער אויב מע גייט נאָך תהילים קלה: אפילו ניט אָטעמען).

    קאָן זיין, אַז צוליב דעם שטאַרקן אנטי־קריסטלעכן כאַראַקטער פון דעם ליד איז עס, אפנים, פאַרהעלטענישמעסיק גאַנץ זעלטן רעפּרעזענטירט געוואָרן אין די פאַרשידענע זאַמלונגען פון יידישע פאָלקסלידער. שוין אָפּגערעדט אין די סאָוועטישע זאַמלונגען, וואו דאָס וואָלט אוודאי פאַררעכנט געוואָרן פאַר אַ העסלעך שאָוויניסטיש אתה־בחרתניש ליד. איז טאַקע שווער צו וויסן ווי־אַזוי איז דאָס לכתחילה צווישפּראַכיק ליד מגולגל געוואָרן אויף פאַרשידענע וואַריאַנטן אין וועלכע דער לשון־קודש קאָמפּאָנענט איז שטאַרק איינגעשרומפּן אָדער לחלוטין נעלם געוואָרן. און ס'איז אויך ניט גרינג צו דערגיין צי דער צוויישפּראַכיקער הומאָר האָט אין די פריערדיקע נוסחאות געשפּילט אַ מער פּראָמינענטע ראָליע ווי אין דוד ווידער'ס נוסח.

    היינטיקע צייטן קען מען אָבער געפינען זעלטענע אינפאָרמאַציע אַדאַנק ר' גוגל ב"ר אינטערנעט, דעם באַקאַנטן אַלוועלטלעכן "סיני", אַ מין תלמיד־חכם וואָס ווייסט טאַקע אויף אַן אמת אַ וועלט מיט זאַכן, הגם פאַרשטיין פאַרשטייט ער געוויינטלעך – אַ קרענק. איז אָט אַז מע גיט אַ זוך געפינט מען די פאָלגנדיקע צוויי וואַריאַנטן פון אונדזער ליד ווי עס איז פארשריבן געוואָרן פון די היינטיקע חסידים, וואָס ביי זיי, די וואַריאַנטן, קער דאָס אפשר זיין אַ לעבעדיקער המשך פון אַן עלטערער טראַדיציע. דער ערשטער מיטן נאָמען "לא לנו ניגון" (און עס ווערט צוגעשריבן צו "מהר"ר אהרן שטערן ע"ה") איז איינגעשריבן דווקא ווי אַ טייל פונעם פּסחדיקן סדר, עס קומט דארט גלייך נאָך דער חד־גדיא און דעם "אַלמעכטיקער גאָט". אָט איז ער ווי ער שטייט און גייט (מיט דער היינטיקער "חרדישער" גראַמאַטיק און אָרטאָגראַפיע):

    ניגון לא לנו ביודיש 
    (מהר"ר אהרן שטערן ע"ה)
    לָמָּה יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם, אַיֵּה נָא אֱלֹהֵיהֶם: פאר וואס זאלען די פעלקער זאגען, ווי איז זייער גאט: (פזמון) עֲצַבֵּיהֶם כֶּסֶף וְזָהָב, מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם: זילבער און גאלד, זענען זייער געטער: (פזמון) פֶּה לָהֶם וְלֹא יְדַבֵּרוּ: א פּיסקַאטשׁ האט ער און רעדט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א שטימער גאט, האבען זיי: א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) עֵינַיִם לָהֶם וְלֹא יִרְאוּ: אָטשׁקעלעך האט ער און גלָאצט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א בלינדער גאט, האבען זיי: אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) אָזְנַיִם לָהֶם וְלֹא יִשְׁמָעוּ: איירעלעך האט ער און הערט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א טויבער גאט, האבען זיי: איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) אַף לָהֶם וְלֹא יְרִיחוּן: א נעזשָׁ'א האט ער און שמעקט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א פארשטאפטער גאט, האבען זיי: א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) יְדֵיהֶם וְלֹא יְמִישׁוּן: דרַאפּקעלעך האט ער און טאפט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א געלעמטער גאט, האבען זיי: דראפקעלעך האט ער און טאפט נישט, א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון) רַגְלֵיהֶם וְלֹא יְהַלֵּכוּ: לַאבּקעלעך האט ער און גייט נישט! אָך און וויי איז צו זיי, א לומער גאט, האבען זיי: לאבקעלעך האט ער און גייט נישט, דראפקעלעך האט ער און טאפט נישט, א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

    פזמון 
    אבער:וֵאלֹקֵינוּ בַשָּׁמָיִם: אונזער גאט אין הימעל
    כֹּל אֲשֶׁר חָפֵץ עָשָׂה: וואס ער וויל דאס טוט ער
    וואס ער וויל דאס טוט ער, וועם ער וויל דעם גיט ער
    וואס ער וויל דאס טוט ער, וועם ער וויל דעם גיט ער



    און דער צווייטער נוסח, אפשר נאָך מער אָפּלאַכעריש איז עטוואָס נאָך מער מאָדערן, היינו מער היינטצייטיק, אָבער דער עיקר דאָ איז די ווייט אָנשפּאַרנדיקע שפּילעוודיקייט און דער קאָנטראַסט צווישן לשון־קודש און יידיש (צי גאָר: "יודיש?"). דאָ איז דער קאָנטראַסט אפשר שוין לאוו דווקא "הויך" אַקעגן "נידעריק", ווי "תהילימדיק" און "אוראַלט" פון איין זייט אַקעגן "טאָגטעגלעך־היינטצייטיק" פון דער אַנדערער:

    עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם, פה להם ולא ידברו, א פיסק האבן זיי ווי גרעקן, און א קרענק קענען זיי רעדן, אך און וויי, א בראך איז פאר זיי, א שטימענוואגן געטשיק, האבן זיי, (שנעלערהייט.) א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון

    פזמון: אבער אלקינו שבשמים כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער, וועמען ער וויל גיט ער. וועמען ער וויל לייגט ער, און וועמען ער וויל הייבט ער

    עינים להם ולא יראו, א פאר אויגן האבן זיי ווי די קאלאמיקן, און א קרענק קענען זיי קיקן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א בלינדנוואגן געטשיק, האבן זיי, (שנעל.) א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

    אזנים להם ולא ישמעו, א פאר אויערן האבן זיי ווי די בערן, און א קרענק קענען זיי הערן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א טויבנוואגן געטשיק האבן זיי. (שנעל.) א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון

    אף להם ולא ירוחון, א נאז האבן זיי ווי א שטעקן, און א קרענק קענען זיי שמעקן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט שמעקעדיגער געטשיק, האבן זיי, (שנעל.) א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון

    ידיהם ולא ימשון, א פאר הענט האבן זיי ווי די קאצאפן, און א קרענק קענען זיי טאפן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט טאפעדיגער געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון

    רגליהם ולא יהלכו, א פאר פיס האבן זיי ווי די הולכות קרייען, און א קרענק קענען זיי גייען, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א לאמענוואגן געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א פאר פיס ווי די הולכות קרייען א קרענק קענען זיי גייען, א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון

    ולא יהגו בגרונם, א האלז האבן זיי ווי א זשיראפע, אבער ליגן ליגן זיי אין שאפע, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט רירן האלזיג געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א האלז ווי א זשיראפע אבער ליגן ליגן זיי אין שאפע, א פאר פיס ווי די הולכות קרייען א קרענק קענען זיי גייען, א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

    ס'איז נאָך טאַקע היפּשלעך ווייט צו פּורים און פּסח, טאָ לאָמיר ווינטשן אַלעמען פון פּסח ביז פּסח לאַנגע, לאַנגע יאָר צו זיין און בלייבן זעעוודיק, הערנדיק, גייענדיק, מיט די הענט מאַכנדיק, רעדנדיק און אחרון אחרון – בשום אופן ניט סמאַרקאַטע!

    Saturday, October 22, 2011

    דערוואכונג

    --

    דו האָסט אַמאָל געפרעגט, צי דאָס איז שוין דער סוף
    צי ס'איז געווען דאָס לעצטע ליד, און מער וועלן ניט קומען?
    און כ'האָב אַ קלער געטאָן "אוי, סאַראַ בייזע שטראָף!
    אַ שטומע ליידנשאַפט רק מערט דעם גרעסטן אומעט."

    נאָר ניין, מיין ליכטיקע, ס'איז בלויז אַ לאַנגער שלאָף,
    אַ לאַנגער בערן ווינטער־שלאָף וואָס נעמט אַרומעט
    די אויסגעבענקטע שורות, סטראָף נאָך סטראָף –
    די סטראָפעס אָפּגעמלעטע אויף לאַנגן, לאַנגן תמיד.

    נאָר אויך דער לענגסטער תמיד האָט לסוף אַן עק
    כאָטש ס'נעמט צו־מאָל צו לאַנג ביז סע דערצאַנקען
    דער וויי, דער פּיין, די בענקשאַפטן אָן ברעג... –

    ביז ווערטער אויפגעוועקטע נעמען זיך אין וועג
    צו דיר, צו דיר, צו דיר, מיין האַרציקע, דערלאַנגען.


    Monday, October 10, 2011

    אַ זייל פון זאַלץ

    --


    דו זאָגסט:י
    קוק זיך ניט אַרום,י
    דו זאָגסט:י
    קוק ניט אויף צוריק
    און איך –י
    איך הער דיך אויס
    שטום
    און ס'הענגט
    מיין שווייגן
    אויף אַ שטריק

    דו זאָגסט:י
    קוק זיך ניט
    אַרום
    און איך –י
    כ'וויל ווערן
    אַ זייל פון זאַלץ
    און איך –י
    כ'דערשטיק אין זיך
    דעם ברום
    פון ברעכיק האַרץ

    דו זאָגסט:י
    קוק זיך ניט
    אַרום
    פאַרגעס, פאַרגעס,י
    פאַרגעס
    אין אַלץ
    נאָר איך –י
    כ'פאַרגעס
    צו שמייכלען קרום
    און ווער
    אַ זייל פון זאַלץ











    Tuesday, September 20, 2011

    אומ)פּערזענלעכע פראָנאָמען)

    --




    זיי

    זיי וועט מען זוכן, אָדער ניין
    וועמען אַרט עס, סיידן זיי
    וועלן יאָ אָמאָל פאַרשטיין
    אַז קומען קומט מען ניט צו זיי
    נאָר מ'קומט צו דעם, וואָס שפּרייט
    און שפּרייט
    דעם שרפהנדיקן וויי,
    און אויך די שיין פון פרייד



    איר

    איר קומט און ס'איז שווער אייך שוין איבערצוציילן
    פון ווייטע מקומות, פון פאַרחושכטע היילן
    קומט איר און מאָנט אַלץ: רק ברויט מיט תענוגים
    און האָפּסלט צעווילדעוועט סטעפּס, בוגי־וואוגי
    אָט נאַט אייך דאָס ברויט, דעם זאַלץ און די וויינען
    אַ ביס און אַ לעק און אַ שמעק אויך צום תענוג
    נאָר ס'העלפט ניט, כאָטש ווער גאָר אַ כופר בעיקר
    איר קומט אַלץ אָנצאָל אַלץ צערייסן אויף שטיקער



    מיר

    ווען וויסן זאָלן מיר געוויס
    אַז ניט אויף אייביק איז דער ריס
    אַז ביטער קען אויך ווערן זיס
    און שיין – ניט ווערן מאוס און מיאוס
    וואָלט מען גענומען זינגען קלאָר
    ניט מורא האָבנדיק פאַרוואָר
    וואָס וועט אונדז ברענגען דער קאַיאָר
    ניט וואָר?



    זי

    זי שטייט און וואַרט, זי שטייט און וואַרט
    דאָס ווינטל גלעט די האָר איר צאַרט
    און אין איר וואַרטן וואַקסט אַ ליד
    זי שטייט און וואַרט, קוים־קוים זיך רירט
    צום טאַקט פון ליד און פון זיין וואַקסן
    וואָס האַרציק צערטלט איר די אַקסל
    און פון איר שטיין (צוריק קיין טראָט)
    וויינט די וועלט און לאַכט דער גאָט



    מען

    מ'זאָגט אַז פאַרמאַכן, פאַרשפּאַרן מע וועט
    די זון מיט די שטערן, די פרי און די שפּעט
    אַ גרויסע בהלה, אַ פּחד, אַ שרעק
    אַלץ שפּרייט זיך און שפּרייט זיך דערפאַר אָן אַן עק
    איז וואָס אַז מע זאָגט, און אַז כלומרשט מע וועט
    פון זאָגן ביז וועלן איז פאָלג מיך אַ גלעט
    און גלעט איז דער אָנהייב, דער אָנהייב פון אַלץ
    באַרואיק זיך, האַרץ



    ער

    ווייל ער קען ניט, ער קען ניט, ער קען ניט
    אַריבער
    צי דען אומבאַדינגט מוז ער דעריבער
    כסדר אַלץ קריכן און קריכן אַרונטער
    אויף יענער זייט טרוים און אויף יענער זייט וואונדער
    ס'איז שווער צו פאַרשטיין און נאָך שווערער פאַרדייען
    נאָר ער האַלט אין איין קריכן און קריכן
    עד־היום



    איר

    איר זאָגט אַז אַלץ איז שוין פאַרביי
    קאָן זיין, קאָן זיין, כאָטש חי־וקיי
    וועט מען ניט שרייען, ניין
    מערניט מ'עט אָנהייבן אויפסניי
    אַ שטיין צו שטיין
    לייגן געטריי
    און איר וועט זיין דערפון גאַנץ פריי
    גאַנץ פריי מיט זיך אַליין



    דו

    דו מיינסט אַז אַלע קוקן רק אויף דיר
    אפילו ווען דו שטייסט אינמיטן רוישנדיקער גאַס
    אַז רק נאָך דיר אַיעטווידער אַלץ שפּירט
    ווער בלויז מיט חן און ווער מיט כעס
    אַבי אויף דיר
    מיין פריינד, מיין פיינד, ס'איז בלויז אַ שפּאַס
    שפּאַר אויף די טיר, אַרויס פון פאַס
    אויף אונדזער רוישנדיקער גאַס פון משוגעת



    איך

    און אַז איך וועל זיך נעמען צו דער זאַך
    אַך
    וועט אַלץ דאַן שטראָמען ווי אַ פידעלע
    וועט דאַן דאָס בעסטע אַרויס אויף דער פלאַך
    מיט אַ זעלטן געראָטן לידעלע
    אַ קו וועט פליען איבערן דאַך
    און לייגן וועט זי גילדערנע אייעלעך
    אַך, לאָזט ניט איבער ס'פענצטערל פאַרמאַכט
    ווען ס'פאַלן שטיל די ערשטע שנייעלעך