Sunday, November 27, 2016

צווישן נאָך און שוין





צווישן נאָך און שוין
שטייט אַ גרויסער בוים
צווישן שוין און נאָך
ליגט אַ גרויסער לאָך

שטייען מיר אַזוי
צווישן לאַך און בוים
און מיר גייען נאָך
צווישן בוים און לאָך

און עס טוט אַ שטאָך
האַרציק־שאַרף אַ טרוים
צווישן אַך און אָך
זיך צערטרלען לעבן בוים

צווישן נאָך און שוין
צווישן שוין און נאָך
וואָרצלען – צווייגן, קרוין
נאָך און נאָך

און שוין.

קומען וועט ער






קומען וועט ער, קומען וועט ער
אין א בייזער שעה א שפּעטער
און וועט נעמען זיך ריינוואַשן
אויסטאָן קיטל און קאַמאַשן.

און די שוואַרצקייט וועט אַראָפּ –
די חושך־פאַרב אים פונעם קאָפּ.
און די באָרד אינגאַנצן גרוי וועט
ווערן ווידער און די רויערד
שטומען וועט אין זיינע אויגן –
ביים גרויסן אָדלער שטיל געבויגן...

'עט־ער־זיך שלאָגן דאַן על־חטא
און ניט ווערן דערפון פעט...
נאָר קיין קריוודעס ניט דערמאָן אים
רק אַ שמייכל טו אין פּנים.
ניט קיין קרומען, ניט קיין בייזן –
אַ רחמנות אויף דעם קיסר.

פאָרט אַ ריז, הגם געפאַלן...
זיי בלויז גוטסקייט אים מגלה.
זיי אים מוחל זיין פאַרשייטקייט
זיין פאַרראַט וואָס שטעכט ווי מעסער
כ'לעבן ס'איז בפירוש בעסער
ניט דערשטיקן דיין געטרייקייט –

אַז די גאַל פון שעה פון שפּעטער
ווערן זאָל דער זיסער האָניג
וואָס פאַרוואַנדלט די געשפּעטן
אין גוט־ברודערשן געלעכטער –

לעבן זאָל דער אַלטער קיאָניג!







שורש פון ליבע



דער שורש פון ליבע
ווי טיף ער צעווקסט זיך
אונטער דער ערד
בעת די צווייגן ווי קסל
צעשפרייטן זיך מעכטיק
און לייכטזיניק שווער
און דער פלקער פול זפט
אין די רייף גרינע בלעטער
זייער פרייד, זייער הפט
ביז זיי פלן וועקעט
ביז זיי גרייכן צוריק
לץ נענטער און נענטער
צום שורש פון ליבע
פון שפּעטער



וועלוולען





    עס וועבט זיך ווייטער די שלשלת  –
    אָט טראָכי גיך און אָט  – פּאַמעלעך.
    טאָ לאָמיר נעמען אַ גראַם סטאָ! –
    אי פאַרן טלית בתכלית תכלת,

    אי פאר דעם דיד וואָס האַלט אונדז דאָ  –
    אַז אויך דער יאוש פון קהלת
    זאָל זיך באַפליגלען אַלקאָהאָליש
    זיך לאָזן אין אַ לוסטיק טענצל

    און ניכטער שיכורלעך באַפרייט
    מער ניט פאראומערט מעלאַנכאָליש
    אַלץ ווייטער שפּינען יענעם קרענצל
    וואו ס׳ווערן איינס: סיי פרייד, סיי צייט!




Saturday, November 26, 2016

אן אלט ליד פון 1996 גענוי מיט 20 יאר צוריק

יש אנשים עםלב של אבן ואבנים עם לב אדם


געזען האָב איך היימישע שטיבלעך,
וואָס שטראַלן מיט אייביקער ליכט,
זיי ווינקען און זינקען אין הימלען
מיט פרעכקייט, מיט פאָרכט און מיט פליכט.

ירושלים של מטה –
דעם הימל'ס אַלוועלטלעכער דנאָ,
צו דיר קום איך ווידער צו לאַטען
מיין וואָר מיטן פלאַם פון דיין בלאָ.

פון הויפן פון דיינע און גערטנער,
דורך טומל פון שלאָפלאָזן קאָך
דערשפּיר איך דעם קריץ פון פאַרשעלטער,
וואָס פאַרשוועכן דיין ברכה
מיט בראָך.

ירושלים של ביימער –
וואו ס'רייסט זיך דאָס גרעזל דורך שטיין;
די אָפענע שטאָט, די געהיימע –
וואו האַרציק־ווייך זיינען די שטיינער
און הערצער אָפט האַרטער פון שטיין...

געזען האָב איך יידישע היימען,
פאַרטרוימט
און דערשיטערט פון וויי...
טאָ ווי זאָל דאָס האַרץ מער ניט וויינען
ווען עס שפּאַלט זיך מיין היימשטאָט
אויף צוויי?..


ירושלים, 1996



















אויף צוויי?..

Wednesday, November 16, 2016

King of Song



עס האָט געזאָגט דער האַר פון ליד
צום קעניג פון געזאַנג
"איך בין שוין אויסגעמאַטערט, מיד
און ס'לויפט אַוועק דער קלאַנג און פליט
אַוועק אין לאַנד פון באַנג..."

דער קעניג האָט געזשומעט שטיל
אָן ווערטער און אָן צוואַנג
אַ וואונק געטאָן צום האַר פון ליד
גלייך ער וואָלט זאָגן "דו -- ביסט מיד  --
צו פּראַווען ווערטער פאַנג?!"

דער האַר דאַן זעצט זיך אויפן דיל
גלייך ער וואָלט שטיין זיין קראַנק
און זאָגט "עס האַלט שוין שמאָל די שפיל,
נאָר לידלען וועל איך פאָרט, דער ציל  --
דערזינגען הויך מיין דאַנק"

"נישטאָ פאַרוואָס" דער קיניג זאָגט
"אַבי דו האָסט דעם דראַנג"...
און ס'האָט דעם האַר פיל מי געקאָסט
דאָך האָט ער אות באות מיט מאָס
פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג.

פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג.




Wednesday, November 02, 2016

האורח -- "דער גאסט" אין דער איבערזעצונג אויף העברעאיש פון יצחק אַפְּסֶל




פִּתְאֺם לְבִקּוּר בָּא דְּרָקוֹן יְרַקְרָק.
הִצַּעְתִּי כִּבּוּד, "אֲנִי צָם" הוּא צָחַק.

הִצַּעְתִּי כּוֹסִית לוֹ, הִצַּעְתִּי לוֹ שְׁתַּיִּם,
אָמַר לִי: "תִּשְׁמַע, לֺא נוֹגֵעַ בְּיַיִן".

אָז לְמָה מִתְאַוֶּה אוֹרְחִי הַיְּרַקְרַק?
לְשִׁירִים חֲדָשִים מִתְאַוֶּה, אַךְ וְרַק.

אָז אָמַרְתִּי לוֹ: "אָנָא, מִמְּךָ בְּמָטוּתָא,
אֱסֺף אֲבָרֶיךָ וְשֵׁב בְּנִיחוּתָא,

חַדֵּד אִת אָזִנֶיךָ, הַקְשֵׁב וְהַפְנֵם".
עַל הָרִצְפָּה אָז מִיָּד הִתְמַקֵּם,

וְהֵחֵל לְהַקְשִׁיב בְּעֵינַיִם קְרוּעוֹת
עַל פָּרָה אֲשֶׁר פַּעַם מֵעַל לַגָּגוֹת

עוֹפְפָה מְבַקֶּשֶׁת עֶגְלָתָהּ הַתּוֹעָה,
נִדְמֵית מִמֶּרְחָק לִסְנוּנִית שֶׁדּוֹאָה...

שָׁמַע אֶת הַכֺּל, וְנָעַץ בִּי מַבָּט
הַדְּרָקוֹן הַיְּרַקְרָק - כְּבָר מַמָּש מְיֻדָּד –

וְנִגְלָה מֵעֵינָיו לִי, שֶׁמִּמֶּנִּי לֺא מָשׁוּ,
שֶׁהַשִּׁיר הַמְּיֻתָּם עוֹד שָׁוֶה יִהְיֶה מַשֶּׁהוּ
.

תרגם לעברית: יצחק אַפְּסֶל