דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Tuesday, September 28, 2004
IN MEDIA RES סאשען לזכר
געווידמעט דעם ליכטיקן אָנדענק פונעם פרי־פאַרשניטעם אלכסנדר בעלאָוסאָוו ז"ל
,אין סאַמע מיטן לעבן
,פּלוצים
– אנטפּלעקט זיך הענדום־פּענדום
ס ו ף
,דו ליבער פּאַסטעך, זאָג מיר
:זאָג מיר
?ווער האָט צעטריבן דײַנע שאָף
– אין הימלען בלויע
,סטאַדעס וואָלקנס
– אינמיטן פעלד
...אַ פלעק פון בוים
,דו, ליבער גערטנער, זאָג מיר
:זאָג מיר
?ווער האָט די צווײַגן צוגערויבט
,אין סאַמע מיטן פעלד
דעם גרינעם
– באַווײַזט זיך פּלוצים
שוואַרצע קראָ
,דו, ליבער פייגל־פאַנגער
:זאָג מיר
?פאַרוואָס פאַרזאַמען מיר די שעה
,אין סאַמע מיטן הענדום־פּענדום
– דאָס פעלד, די הימלען
– אַלץ
?!בלויז אַ בלאָף
,די שאָף צעטריבן
,דער בוים געשענדעט
– אין סאַמע מיטן לעבן
ס ו ף
נאָוועמבער 2003
Monday, September 27, 2004
הנני העני ממעש
...הנני
לזכר גרשון וויינער ע"ה
,איך שטיי – אַ צוציקל פאַר דיר
?און דו
?וואו ביסטו
,מ'זאָגט די גאַנצע וועלט ביסט דו
,איז אויב אַזוי, דען ווייטקייט וויסטע
די פּוסטעניש און חושך
..?זיינען – דו
די וועלט, זי זאָגט
.אַז ניט אין וואַלד גאָר לעבסטו
– !אַבי דו לעבסט
!איצט–מאָרגן–תמיד–באַלד
און אגב, אויך אַ שיינע וועלט
מוז האָבן עקסטרע
!אַ ווילדן ריזן וואַלד
איך שטיי און ווער פאַרשלונגען
פון דיין קלאָרן שווייגן
וואָס גליווערט שטאָלץ
,און אייביק
...שטרענג און דין
,ניט הענט
מחשובות שווערע הייבן זיך און שטייגן
.צום שופר'ס שאַלן מוצאי יום־הדין
,איך שטיי, אַ צוציקל, פאַר דיר
..?וואו ביסטו
מוצאי מוצאי־יום־כיפּור תשס"ד
Thursday, September 23, 2004
shprakh-dialektik
איך ציטער
,איבער יעדן געירשנטן וואָרט
איבערן מינדסטן קלאַנג איך ציטער
נאָר ס'ווערט ניט דאָס האַרץ מיינס
– כ'לעבן, פאַר וואָר
פאַר די רייד מיינע
.גאָרניט פאַרציטערט
ווייל ס'פליסן די רייד
פראַנק־און־פריי אויף דער וואָר
,אפילו ווען ס'רוען די ליפּן
אפילו ווען שטומעניש טויבע רייסט
,פון מיין וועזן אכזריותדיק שטיקער
:אפילו ווען ס'דאַכט שוין
– כ'לעבן, פאַר וואָר
,דו מעגסט שוין דיין מויל פאַרזיפּן
אויך דאַן, טיף פון האַרצן עס שפּרודלט
דער כאָר
.פון קוואַליקע יידיש־גיטער
פון פרי באַגינען ביז טיף אין דער נאַכט
– הכלל צווישן יאָגן און טאָגן
עס שלאָגט זיך אַלץ דורך
– מיט אימפּעט מיין שפּראַך
.די רייד מיינע גאָרניט דערשלאָגן
איך ציטער
,איבער יעדן יידישן וואָרט
איבער יעטווידן קלאַנג איך ציטער
– און ס'דאַכט אַז בפירוש, כ'לעבן, פאַר וואָר
...כ'בין בלויז זייער יורש און היטער
נאָר יאָדערדיק
ס'פליסט איבעראַל און עס דרייט
דער קאָכיקער ווירבל פון אייגענע רייד
.וואָס איך בין זייער געביטער
Wednesday, September 22, 2004
דערמאָנונג וועגן דעם גואישן נייעם יאָר
(דאָס גויאישע נייע יאָר)
,פון יענער זײַט יאָר פאַרבלײַבט ס'גאָר־גאָר־גאָר
.פון דער זײַט יאָר – קוים אַ סימן פון קאַיאָר
,און די הימלען ווײַטער שווײַגן
,נאַקעטע שטאַמען, גאָלע צווייגן
אויגן פאַרפרוירן, פאַרגליווערט די קאַליוזשעס
– און די צעהיצטקייטן די געהאַלישע
גלײַך ווי קיינמאָל ניט געווען
...שאַ שטיל, – אייסעך וואָס, אייסעך ווען
אפילו די שטילקייט אַליין איז
.א פארמאטערטע, שיכורה זקנה
מיט לאַנגע שווערע אָרעמס
נעמט זי אַרום דעם קאַיאָר און קאָרמעט
די פרישע דערמאָנונג פון נעכטן
...פון יענער זײַט יאָר פון דער עכטער
אָנהייב יאַנואַר 2004
דער איד גייט אדער שוועבט איבער די הייזער
מארק שאגאל'ס בילד פון וויטעבסק
1922
Wednesday, September 15, 2004
viazoy zetst men iber a lid?
וויאַזוי זעצט מען איבער אַ ליד
פאַר בנימין און באַרבאַראַ
וויאַזוי זעצט מען איבער אַ ליד
?פון אַן אַנדער, אַ פרעמד האַרץ
מ'נעמט אַ ווייסע פעדער
וואָס נאָך צאַפּלט מיט פלי
און מע באַשפּרענקלט עס
.מיט פּעך טיף שוואַרץ
,די פעדער – קלאָר ווייס
?און דער פּעך איז וואָס
ס'איז שוין איין מאָל
...שוואַרצער פון שוואַרץ
– נאָר דאָס פעדער טוט אירס
,קלאַנג נאָך קלאַנג
אות נאָך אות
ניט פאַרשוועכנדיק דעם לידס
האַרץ
און אַזוי זאָל דער פלי
פון אַ קלאָר זויבער ליד
ניט ווערן, חלילה, פאַרשוואַרצט
Saturday, September 04, 2004
צוויי וועלטן
– געזען האָסטו דעם גרעסטן און דעם קלענסטן
,דער גרעסטער איז געוואָרן עטוואָס קליין
…דער קלענסטער – פיל, פיל גרעסער ווי געווען
און צווישן אונדז גערעדט, עס האָט דער כלומרשט קלענסטער)
…זיך קיינמאָל ניט געשטופּט צו הויכע פענצטער
– און אויך דער גרעסטער, כאָטש ער האָט געמיינט
– ,ער איז דער פענצטער גאָר דער העכסטער
,אויך ער געווען איז מלא־חן
(…מיט יעדן מינדסטן גרעזל זיך געהאַלטן פּאַניע־נענטסטער
:איז אָט געקומען איז אַ גרעזל צו די ביימער צוויי
,צום גרעסטן וואָס געוואָרן איז שוין שוואַך און שלאַף און קליין
– צום קלענסטן וואָס געוואָרן דווקא שטאָלץ און בראַוו און שטאַלטנער
!און ביידע, דאַנקען גאָט, דערלעבט די יאָרן אַלטע
,האָט זיך דאָס גרעזעלע פאַרקלערט: וויי־וויי
,גיי זיי אַ חכם, טרעף ווי ס'רעדל וועט זיך טאָן אַ דריי
– ,פון גאַנצן ריזן־וואַלד פאַרבליבן, וועדליק איך פאַרשטיי
ניט פינף, ניט פיר, ניט דריי, ניט צוויי
אין ווייטע עקן וועלט טיף אָפּגעשלאָסן איינער פונעם אַנדערן
,און דו, אַ גרעזעלע, ניט מיין
ביסט זוכה גאָר געווען צו יעדערן פון זיי
אין ווייטע עקן פון דער גרויסער וועלט
ירושלים—קאָלאָמיי—וואַשינגטאָן 2003-2004
Friday, September 03, 2004
erev dveykes ערב דבקות
(אָדער זיבן מאָל אַכט)
*
אַ ליד איז אַ וואונדער
וואָס מע דאַרף אויף אים וואַרטן
אַ ליד איז אַ וואונד
ווי פון שטיינברוך פון האַרטן
אַ ליד איז בטחון
וואָס צעקלינגט זיך מיט ספקות
פון אַ האַרץ אַ צעבראָכנס
ערב אויפשטייג פון דבקות
*
ס'קומען שורות אויף אַ ווייל
און בעטן זיך פאַרבלייבן
און דו שטוינסט און שטוינסט אַלץ ווייל
דו וואַגסט זיי ניט פאַרשרייבן
ס'קומען שורות אויף אַ ווייל
קרוע־בלוע טויזנט מייל
האָבן זיי צו דיר געוואַנדערט
טאָ נעם זיי אויף, שטעל זיי פונאַנדער
*
ס'טוט דאָס ערשטע וואָרט אַ טיאָכקע
און צעגייט זיך טיף און טייער
און עס ציט מיט זיך אַ שייער
פול מיט ווערטער, קלאַנגען וואָכקע
און דו גלייבסט דעם וואָרט דעם ערשטן
און דו לאָזסט זיך דינען וואויל
ביז די קלאַנגען דיך באַהערשן
און צום סוף בלייבסט ווידער הויל
*
דער גראַם איז אַ רובל
די ווערטער – קאָפּייקעס
דאָס ליד – אַ מקובל
טיף פאַרזונקען אין ספקות
די שורות זיי לויפן
און לויפן אַוועקעט
דער זין ווערט צעשרויפט
איבער שורות אויף שטרעקעס
דער גראַם – אַ מזבח
די ווערטער זיין קרבן
דער זין ווערט צעטרייסלט
די געדאַנקען פאַרדאָרבן
נאָר שורות אַלץ ווייען
און ווייען פאַרביי
:ביז אַ ליד זיך צעקרייעט
!ס'איז דער אומזין כדאי
*
אַ קלאַנגען פאַרגיסונג –
צי מע מעג עס פאַרגעבן
דעם קלאַנגען צעגיסער
?וואָס שחט ווערטער אָן מעסער
– , Oh yes, Sir! נאָר קלאַנגען
איז אוודאי ניט בלוט
טאָ לאָמיר זיך פאַרגעסן
כאָטש אויף איין מינוט
*
מחותנתטע מיינע, מחותנתטע געטרייע
,ס'איז, איך בעט דיך איבער, חלילה, אַ לוויה
?וואָס דו שטייסט פאַרכמורעט אין אַ טונקל ווינקל
,קום לאָמיר אַ טאַנץ טאָן
!טאָן מיט די פיס אַ פינקל
:ענטפערט זי, די יענקי
,ניט איך בין דיין מוזע
.וועסטו אויף קיין טאַנץ מיך ניט קענען יוזן
*
,כ'האָב געוואָלט זיין ערנסט
זיין דעם זין געטריי
נאָר ס'לאָזט זיך אויס – אַ בוידעם
מיט זעלבסט־אָפּשטיפעריי
ווייל דעם האַרץ דעם שווערן
אויסגעווייקט אין ספקות
...ציט צום שמייכל קודם
איידער ס'גרייכט צו דבקות
zolst nit sharybn...זאלסט ניט שרייבן
,זאָלסט ניט שרייבן לידער פון קיין טאָגבוך
,ווייל דער טאָגבוך מוז פאַרבלייבן לער און ליידיק
ס'איז אין תוך ניט טאָגבוך נאָר אַ יאָגבוך
.נאָכן לא־היה ולא־נברא וואָס אייביקט
,זאָלסט ניט לויפן אָניאָגן דעם משל
ס'טוט אים ווייניק אַרן דיינס אַ גלעטל
ווי דער שטויב דער אָפּגעווישטער דעם של־ראשל
.ווי דער הויכער זון אַן ערדיש שטויביק פּשטל
טו זיך בעסער אָן דאָס קלייד דאָס ריינסטע סאַמע
אויסגענייט מיט דינסטע, שטאַרקסטע פעדים
:אויסגעטליתט אין דעם שענסטן גראַמען־סאַמעט
!יעדעס וואָרט – געזאַנג דעם בלי פון סעדער
טו זיך אָן און ווער גלייך מוטער־נאַקעט
אן אַ שפּור פון נמשל, אָן אַ משל
און טראָג־צו דער וועלט דאָס ברוסטנקוישל
.וואו דיין האַרץ מיט ליבע און מיט טריישאַפט פלאַקערט
Thursday, September 02, 2004
גניבה gneyve
גניבה
כ'האָב געגנבעט אַ ליד ביי אַ גרויסן פּאָעט
(די גניבה אַליין ניט באַמערקנדיק)
און דאָס ליד כ'האָב געשליפן, געכאָוועט, געגלעט
!ביז איך האָב זיך געכאַפּט: מע מוז ענדיקן
דאָס פאַרענדיקטע ליד, דאָס געגנבעטע ליד
,האָב איך גאָרניט באַדאַרפט פאַרשרייבן
ווייל אַליין, ווי פון זיך, ס'האָט אין מיר זיך צעגליט
...אין זכרון געצאַפּלט צו בלייבן
,נאָר אויף מאָרגן האָב זיך ביי דער גניבה געכאַפּט
זיך געשלאָגן על־חטא שטרענג און האַסטיק
,נאָר ביים שלאָגן על־חטא זיך, ניט ווערנדיק זאַט
!כ'האָב דערמאָנט זיך: ניע גנבאַי – ניע פאַסטאַי
און דער גרויסער פּאָעט – ניט ער איז, ניט ער וועט
פון דער גניבה ניט ווערן פאַראָרעמטער
– און דאָס ליד זיינס – געצערטלט, געכאָליעט, געגלעט
...מיט מיין אָטעם־און־קול ווערט געאָרעמטער
וואַשינגטאָן, יוני 2004
Wednesday, September 01, 2004
finf tsu zibn פינף צו זיבן
ס'האָט אַ שיינער אַלטער ניגון
אײַנגעבאַקן זיך פאַרקליבן
צווישן מיינע שורות זיבן
און עס וויל מיט זיי שוין בלייבן
כאָווען זיי און נחת קלייבן
וויי און וואונדער מיט זיי טרייבן
.אָט דער שיינער אַלטער ניגון
ס'האָט אַ דרייסטער, יונגער אָטעם
זיך צעוויגט ביי מיר אין גאָרטן
עפּל ביימער בייגט ער דאָרטן
און טוט אויפוועקן די פייגל
זייער ליד זיך איינגעאייגנט
וויל ער שוין דאָרט טיאָכקען אייביק
ס'האָט אַ שלאַנג זיך איינגעגנבעט
אין מיין גאָרטנס לידער־קאַנווע
און דעם ניגון רק ער חנפהט
און דעם אָטעם ר'וויל פאַרכאַפּן
פייגל־טריל און עפּל – צאַפּן
:וויי און ווינד, אויף ווענט כ'טו דראַפּען
!ס'האָט אַ שלאַנג זיך איינגעגנבעט
איז דער אַלטער שיינער ניגון
גאָר געוואָרן רייפער, קליגער
און דער יונגער דרייסטער אָטעם
ערשט געוואָרן מער געראָטן
עפּל ביימער בליען ווייטער
פייגל זינגען אויפגעהייטערט
!..און דער שלאַנג? – עס טוט אים באַנג
ס'האָט דער שיינער אַלטער ניגון
אײַנגעבאַקן זיך פאַרקליבן
טיף אין מיינע סטראָפעס פינעף
און דער דרייסטער יונגער אָטעם
זיך צעשפּילט מיט שיין און שאָטן
און מיט פייגלס קול־נגינה
.איבער פרוכט מכל־הסאָרטן