אין חלום, אין וועלכן כ’האָב דיך אויסגעפיבערט,
האָב אויסגעהויכט דיר,
טיף דיר אין די אויגן,
דעם לירישן פלי פון מיין
מאָרגן. זיין נאָמען?
זיין נאָמען, כ׳טו גלויבן, איז פּשוט: וויינטרויבן
פאַר דער נשמה
און כ׳ווייס, דו וועסט
גערן מיטפליען אינאיינעם
אַלץ ווייטער פון שרעק און
פון גוואַלד און פון רויבן
צו שאַפן דעם עיגול אין דער לופט
אויסגעשלומט
ביים קלייבן דערהויבן צוזאַמען
– וויינטרויבן
פאַר דער נשמה
צו קיין גרעסערן אוצר בײַם אויסהויך פֿון רײַפֿקייט
וועט דער גרעסטער בר־מזל זיך ניט דערקלויבן –
וועט דער גרעסטער בר־מזל זיך ניט דערקלויבן –
מע דאַרף ניט קיין אַנדערע
לוין, קיין הסכמה –
רק פליען און לויבן מיט
דיר די וויינטרויבן
פאַר דער נשמה
Top of Form
"טביה שקלאָווער זינגט עס אויס מיט דער מוזיק וואס ער האט געשאַפן צו די "וויינטרויבן |