Friday, May 27, 2011

שתיקה

שטיקער שתיקה

  • May. 27th, 2011 at 7:11 PM
teplik
-







פון וואַנען
– ?צי איך מיין יניקה
פון שתיקה
פון שוואַרצע שטיקער
ווייסער שתיקה
איז ניחא מיר
צו ציען די יניקה


Wednesday, May 18, 2011

bluming

 --

געבוירן געוואָרן
אין אַ זיידן העמדל
דאָך אָן אַ זיידן
און אָן אַ באָבען

געטרונקען מילך
פון אַ גאָלדן פענדל
ניט בונדלעך געגעסן
רק פאַסאָליעס מיט באָבן

ניט געפלויגן אין טרוימען
רק געפלויגן אין חלום
זיך תמיד געצויגן
צו פּוסטע חלומות

געטאָגט צווישן בערג
גענעכטיקט אין טאָלן
מיט טרייסט אין די אויגן
פאַרקוקט פיל תרעומות

האָבן זיי אים דעריאָגט
נאָר ער טוט זיך ניט בייגן
ווייל עס לאַכט
אומפאַרקלאָגט
דאָס מענטשלעכע גלייבן


Sunday, May 15, 2011

"בענקשאפט"


  • 3:58 PM
mitnkop
 --





,איך ליעבע דיך, מיין הערץ געטרייהע
עס האט מיין ליעבשאפט קיינע שיעור
נור עלענד בין איך, ווייל בין איין פרייהער
...וואס פטר'ט לעבען זיינס אהן דיר







 --


 -- --
 -- --

Sunday, May 08, 2011

אַ לאָך ווערט אַ לאַך

mitnkop
-

אַ לאָך ווערט אַ לאַך

 דער קונה קומט צו גיין און מאָנט אַלץ נייע סחורה
און דו פאַרשעמטערהייט באַגלייטסט אים שטיל אַרויס
ווייל נישטיק איז דיין קלייטל, קליין און אָרעם
און זיין פאַרלאַנג איז אומגעהייער גרויס

דעם קונה קוקסטו נאָכעט שטאַרק באַדויערט
נאָר ווייסט אַז מאָרגן, איבערמאָרגן קומט ער נאָך
ווי זאָלסטו אים מיט נייער סחורה גיין באַזאָרגן
אַז דיינע בידנע מיטלען זענען ווערט אַ לאָך

אַ לאָך? וואַרט אויס, אַ לאָך איז אויכעט עפּעס
פון לאָך קאָן מען אויסמייסטרעווען אַ זאַך
מערניט צעבייט דעם קָמץ אויף אַ פַּתח
און וועסט אַ וועלט פאַרדינען מיט דיין לאַך

צומאָרגנס קערט זיך אום אויפסניי דער קונא
און קוקט דיין שמייכל אָנעט מיט פאַרדאַכט
נאָר שפּעטער גייט ער שוין אַרויסעט אָן תרעומת
און זינגענדיק ער שפּאַנט אַהיים און לאַכט