Thursday, June 02, 2011

POSTVERNACULAR CABARET

POSTVERNACULAR CABARET

  • Jun. 2nd, 2011 at 9:15 PM
etoia





 דער פּאָסטווערנאַקולאַרער פּיפּערנאָטער
וואָס וויל ער און וואָס האָט ער
צו אַל די שוואַרצע יאָר
פאַרטראַכט
ווען ס'גייען אָפּ
אַצינדער
מיט גוים נחת
איבער דער וועלט די קינדער
וואָס שטאַמען דווקא אָפּ
פון דורות יידן

נאָר אָט
פון זיך אין גלות
מ'האָט
דאָס לשון
כלומרשט" אייגענע"
פאַרטריבן

אַוועק
אַוועק
אַוועק
צו אַל די בייזע רוחות

דער פּיפּערנאָטער
אָט דער זלידנער שוואַרצער קאָטער
מאַכט זיך ניט וויסנדיק
ער איז גאָר
דער מיוחס
און כ'לאַך שוין מיט
מיט אים
מיט יאַשטשערקעס קדחת

טאָ זאָל ער קושן מיר
מיט זיינע טענצלעך זאַווערוכעס
אַהין, אַהין וואו זיינס
אַן אויסגעקלעזמערט לידל
דערשפּיר איך טויבלעך
גאנץ בארוט

יאָ, יאָ
אַהין, אַהין
וואו יידל מיטן פידל
האָט אויפן וועג
צו זיך אַליין
מיט זיך אַליין
גערוט