מיר האׇבן זיך באַקענט ריין ווירטועל
און ווירטועל געווען איז אונדזער ליבע.י
און ווירטועל געווען איז אונדזער ליבע.י
געחברט זיך, נאׇר איבער פעיסבוקס שוועל
אין דער רעאַלקייט קיינמאׇל ניט אַריבער.
ביז איינער איז פאַרפאַלן אויף אַ ווייל --
גלייך ס'לעבן האׇט געטאׇן אַ ווילדן קייקל
און דו ווי אַ פאַריתומטער דערווייל
שיער זיך געעקט אׇן יענעמס פרישן "לאַיקל".
נאׇר פאׇרט ס'אי דאׇ נאׇך יושר אויף דער וועלט –
דער אויסגעפעלטער פריינד ז' צוריקגעקומען!
אים אויף דעם פעיסבוק טוסטו גלייך אַ שטעל
אַ טעפּל פרישע ווירטועלע בלומען.