--
וואו איז דיין פאָלק
ניט שוין זשע גאָר פאַרשוואונדן
ניט שוין אָן טאָלק
צעקראַצט דער סקרוך די וואונדן
וואו איז זיין שיין
וואָס איז מיט אייביקייט געבונדן
ניט שוין רק פּיין
איבערן ערדקיילעך דעם רונדן
זאָל הערשן
ווילד, פאַריתומט און פאַרוויסט
פון לעצטן ביז צום ערשטן
אַלץ – אומזיסט
אומזיסט
אומזיסט
נאָר אָט אַ וואָרט אַ וואָרס
טוט שטעלן זיך דיר דיבאָם
דו מעגסט, דו מוזט, דו טאָרסט
עקשונותדיק אַריבער
דעם טאָל פון גרויל
דעם ים פון פּיין און טרויער
דיין וואָרט איז גאָרניט הויל
די וועלט איז וואַכזאַם לויער
דערהערן דעם געזאַנג
פון דיין אַנטשטומטן פאָלק
ס'לעבט אויף אין איר דער קלאַנג
וואָס דיך כסדר פאָלגט
מיט אַלץ וואָס איר איז ליב
מיט אַלץ וואָס דיר
איז טייער
אין ווייטאָג אויסגעאיבט
זאָגט זי
דיין גאַנג איז מיר
פון גענגלעך אָן אַ שיעור
כדאי
כדאי
כדאיער