Monday, April 23, 2012

בן אדם, מה לך נרדם







בן אַדַם, מה לך נרדַם?י
ס'טייטש? אַנטשלאָפן געוואָרן, בן־אָדם?!י

שטיי אויף ווי אַ לייב פון פלאַם
און מעכטיק זיך קעגן דעם צאָרן און אָטעם
אין די לונגען איין די ערשטע לופט
פונעם נייעם טאָג!

אַ פרישינק ווינטעלע 
ווערט אַנטגופט
פון אַלטער פּלאָג,

אַ גרעזל אַ נייס נעמט שפּאַלטן
דעם נאַרישן
אַספאַלט
דעם בולוואַרישן!..

דו טאָרסט ניט שלומערן ווייטער,
בן־אָדם!
ס'איז היינט ווי תמיד
אַ נייע מאָדע:

די וועלט די ליכטיקע איז כלל ניט אַזוי סתם.
בן אַדַם, מה לך נרדַם?..



Friday, April 20, 2012

?גערעכט, צי ניט

  • Apr. 20th, 2012 at 7:07 AM
teplik




הער גינטער גראַס, איר זענט גערעכט:
י
די וועלט קאָן האָבן אַ מפּלה.י
זי איז ניט זיכער מער, די וועלט,י
און ס'ציטערט פּלישטימס אַיאַטאָלע
איבער דער וועלטלעכער געפאַר
וואָס לויערט איבער אַלץ און אַל
צוליב אַ לענדעלע אַ קליינס
וואָס הייסט ישראל.י

ס'איז גרויזאַם ביטער דער וועלטס גזר,י
ניט העלפן וועט דאַ קיין יללה --י
כל־זמן פאַרניכטונגס דראַנג ווירוואַר
צעווילדעוועט זיך מיט בהלה
פון אומגעהייער טיפן האַס
צום לענדל וואָס איז ניט קיין שפּאַס,י
וואָס מעכטיקט זיך אין גבולן שמאָלע...י
איר זענט גערעכט, הער גינטער גראַס!
י







גערעכט איז דער
וואס מיינט
ער האט דאס רעכט
גערעכט צו זיין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס פעסל עסיק
וואס מיינט: י
כ׳בין פול מיט וויין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס ווערעמל אין כריין
וואס זאגט: ס׳איז מלא טעם
און מלא חן
און ס׳איז גערעכט
אויך דער
וואס מוסר זאגט
זיין גנאד און חסד
איז די זיסקייט פון דער קלאג
וואס ער צעטרעסעט
איבער וועלט גאר פיין
ווייל ער, נאר ער
פארמאגט
דאס רעכט
גערעכט צו זיין