Sunday, January 20, 2008

ווינטערבליקן

דער געפערלעכער פראָסט
וואָס האָט בייזלעך פאַרקאָוועט די וועגן,
ווי־אַזוי זאָל מען אים
דאָ צעווייקן, צעשמייכלען,
צעשמעלצן,
אַז מיט טויבן פאַרדראָס
ווערן טייערע בליקן פון לעבן
איינגענורעט טיף־טיף
אין פאַרצייטיקע פּעלצן?

און סע דאַכט: אומעטום,
אונטער שנייאיקן קראַך זיך פאַרוואַלגערט
האָט דער לעצטער פאַרזיי,
אויסגעשטעלט שוין
אינגאַנצן
אויף אומברענג...
קענען פאָרט דען אויף אייביק
פאַרפרוירן גיין הייסע פאַרלאַנגען
צווישן ווינטערשע ווייטן
פון ווייסן, פאַרכמורעטן אומעט?

ס'מאַכט ניט אויס וואָס סע דאַכט,
אַבי־נאָר צו קיין וואָרער ממשות
זאָלן גאָרניט דערגיין
אָט דער גליווער פון קעלט,
אָט די ווינטישע האַרבע זאַווייען,
ווייל אַ תליה און שייטער
שוין שטייען פאַרגרייטע
פאַר דעם פראָסטיקן המן־הרשע
און די בליקן וואָס טליען
וועלן ווידער אַ פלאַקער טאָן
ברייטער.