יאָרצייט
כ'האָב געגעבן זיך אַ נדר
ניט דערמאָנען יענע קליידער
וואָס כ'האָב יענעם טאָג פאַרפּאַקט
און וועל זיי – ניט זען שוין קיינמאָל,
קיינמאָל, קיינמאָל –
ס'האַק־און־פּאַק...
כ'האָב געגעבן זיך אַ נדר
און געבראָכן אים אַצינד
יענע קליידער – וויי־און־ווינד
האָבן נאָך פאַרהיט דעם אָטעם
קנייטש און שמייכל, העלן שאָטן
פון דעם טאַטנס הייסן שטייגער...
?וואָס זשע בלײבט אַצינד
דער זכר?
סאַראַ ביטער איכה־וואָרט!
נאָר מיט יעדן טאָג ווערט וואָרער
און ס'וועט ווערן נאָך, אַ סברה,
שאַרפער, שטאַרקער דורך די יאָרן
דײן געשטאַלט, דײן טראָט, דײן וואָרט!..
...כ'האָב געגעבן זיך אַ נדר
,– מאַלע וואָס? פאַרגעס די קליידער
ווײל אין יעטוויד שפּאַן כסדר
שפּירסט מיך לעבעדיקן פאָרט.