Wednesday, January 10, 2018

* * *


להיפּוך צו זיין ליבהאָבער און שקלאַף,
צו זיין מגושמדיקן דינער,
איז ער, מיין יידיש, כוואַטקע אויף אַ טראַף,
עלאַסטיש און גימנאַסטיש,
פול מיט קראַפט,
מיט האָניק פון דערפרייטע, זשוואַווע בינען.
און טוסט צו־מאָל באוואונדערן פאַרגאַפט,
ווי לעבעדיק זיך ווייטער פעדים שפּינען
אף־על־פּי חנעוודיק פון ריינע שטיקלעך שפּראַך
צוריק צו גאַנצקייט, עלעגאַנצקייט,
פול מיט האַפט,
מיט האָניק־אויסדויער פון זשוואַווע בינען.

איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט





איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואו דו וועסט זיין מיט מיר
וואו אַלץ וואָס ז'ניט געווען באַשערט
וועט זיין באַשערט אין איר
מיר ביידע וועלן בענטשן זי
מיט אַלץ וואָס ברויזט און קוועלט
און איך וועל אייביקן מיט דיר
אויף יענער שיינער וועלט
איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואו קומען כ׳וועל צו דיר
דו וועסט מיך גריסן אויפן שוועל,
און עפענען די טיר
און וועסט מיר זאָגן: זע ווי שיין
די וועלט איז – יונג און ברייט
און איך וועל זאָגן: מלא חן –
מיט אונדז דאָ זאַלבעצווייט
איך ווייס ס'איז דאָ אַן אַנדער וועלט
וואָס נעמט אונדז אויף מיט ליכט
זי'ט ציכטיק אָפּווישן די טרער
וואָס טויכט אויף דיין געזיכט
מיר וועלן גליקלעך בענטשן זי
מיט אַלץ וואָס זינגט און העלט
אין צווייען אייביקן אויף איר
אויף יענער שיינער וועלט

דער ווינטער


דער ווינטער פון אונדזערע הערצער
געדענקט נאָך די זומערס די הייסע
ווען טעג זענען לענגער,
נעכט — קערצער,
די שעהען צעגלעקלט אויף שווייסן,
ווען לידער ס׳האָט הייס
אויסגעשעפּטשעט
אַיעטווידע פרום דרייסטע תנועה —
אַ גלעט און אַ צערטל פאַרטשעפּעט
אין פרעכן באַגער פון אַ צנועה.
דער ווינטער מעג זיין שאַרף און קעלטער
פון פרעסט וואָס פאַרפּענטיקן ברואים,
דאָך בלייבסטו נאָך אַלץ מיר די שענסטע,
די ליכטיקסטע וואָר ווי די שבועה —
וואָס איך האָב אַמאָל דיר געשוואוירן
אַז פרעסט מוזן ווערן פאַרטיליקט,
אַז ס׳עט אונדז נאָך ברענגען דער בורא
די אָדליגע פון ערב פרילינג
.



ס׳איז דאָ אַ סוד


ס׳איז דאָ אַ סוד
וואָס מ׳טאָר אים ניט
אַנטפּלעקן
אין אים זיך טרעפן
אַלע אָנהייבן און עקן —
אַ שטילער סוד
וואָס ווייסט ניט פון קיין סוף
און וואויל איז דעם
וואָס אים דער סוד
טוט קלעקן
בעת וואַכקייטן
זיך ממש איבערפלעכטן
מיט רייפע טיפקייטן
פון שלאָף.

אַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,


אַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
אַ ווינטל העשעט
און דאָס געזאַנג צו דיר, צו דיר
אַרויס פון וושט
דורך לונגען אויף דער פרייער לופט
זיך מעכטיקט
דערלאַנגען העט־העט ווייט צו דיר
אי ריין, אי עכטיק
און אין דער שטילקייט
פון דער נאַכט
ווען שאָטנס שלאָפן
דאָס האַרץ זיך ראַנגלט
בלייבן וואַך
און אָפן
אַ פויגל פליט, אַ בוים זיך וויגט,
אַ ווינטל פלעמלט
און דאָס געזאַנג צו דיר, צו דיר
ניט דרעמלט
און ווען ס׳עט קומען אינדערפרי
די שיין די העלע
באַפליגלען ס׳וועט דיין רייפן פלי
מיט לויטער קוועלן
און אין געלויפן
פון דעם טאָג
מיט זיינע דאגות
איבער דער פּיין
איבער דעם פּלאָג
טו שטייגן