Tuesday, May 03, 2005

היינט צו טאג

Bella_with_a_white_collar

בעלאַ שאַגאַל געמאָלט פון מאַרק שאַגאַל



היינט צו טאָג
איז פּאָעזיע אַלץ
אַלץ, אַלץ, אַלץ
וואָס האָט ניט צו טאָן
מיט קיין גומען
מיט קיין צונג
מיט קיין אויסגעדייווערטן
האַלדז

עס לעכצט ניט
נאָך אַ קאַפּעלע
כליפּעניש
וואָס אי' געבליבן
פאַרשטומט
ערגעץ טיף
אין די תהומען
פאַרברומט

היינט איז דאָס סתם
אַ פאַרליבעניש
וואָס פאַרגייט
נאָך איידער עס קומט
צום טאָלק פון וואָרט
איידער ס'גרייכט
צום תוך
פון זיין פאַרבאָרגענעם
טעם

היינט צו טאָג אי' דאָס סתם
סתם, סתם, סתם
אַ קול ולאָך
פון וועלכן עס טריפט
ביז צו לעצט אַרויס
אַ פּיצינקע סימנדל
פון אַ גראַם

נאָר דו, מיין פריינד
מאַך זיך האַרץ
ווייל סוף כל סוף
אפילו היינט
איז פּאָעזיע נאָך אַלץ
פון די טיפסטע אינגעווייד
ביז אינעם דינסטן האַלדז
אַלץ, אַלץ, אַלץ

צי הערסטו דען ניט
מיין פריינד
ווי עס שלאָגט אַלץ
איר
האָרכענדיק האַרץ
האַרץ, האַרץ
האַרץ


327