Vous créez un frisson nouveau.
Lettre à Charles Baudelaire de Victor Hugo, 1859.
זוך
ניט קיין נײַעם פריסאָן
האַלט בעסער אויס דעם פאַסאָן
דעם אַלטן
זאָל דער מוח אפילו זיך שפּאַלטן
זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן.
האַלט בעסער אויס דעם פאַסאָן
דעם אַלטן
זאָל דער מוח אפילו זיך שפּאַלטן
זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן.
דו
זע רק וואָס דו קאָנסט טאָן
מיט דעם גוטן סקאַרבאָווען טאָן.
דערהאַלט אים
אויף־צו־להכעיס דעם ווינטער דעם קאַלטן,
זע וואָס דערמיט דו קאָנסט טאָן.
מיט דעם גוטן סקאַרבאָווען טאָן.
דערהאַלט אים
אויף־צו־להכעיס דעם ווינטער דעם קאַלטן,
זע וואָס דערמיט דו קאָנסט טאָן.
קלײַב
ניט קיין בלומען פון בייזס
מערניט אַ צווײַגעלע בעז
דעם ווײַסן
דו פאָרזיכטיק טו זיך אָפּרײַסן,
שטאָטס כאָווען בלומען פון בייזס.
מערניט אַ צווײַגעלע בעז
דעם ווײַסן
דו פאָרזיכטיק טו זיך אָפּרײַסן,
שטאָטס כאָווען בלומען פון בייזס.
און
טאָמער שטעלט אָפּ זיך די צײַט,
פאַרנעפּלט ווערט אַלץ אין דער ווײַט,
פאַריתומט –
טו באַגריסן דעם אורח וואָס קאָסיעט
ווען פּלוצים שטעלט אָפּ זיך די צײַט.
פאַרנעפּלט ווערט אַלץ אין דער ווײַט,
פאַריתומט –
טו באַגריסן דעם אורח וואָס קאָסיעט
ווען פּלוצים שטעלט אָפּ זיך די צײַט.
און
באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג...
דאָס פויגל פאַרלאָזט באַלד די שטײַג
די ליבע
בעת דאָס צווײַגל בעז שעפּטשעט אַריבער:
דו באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג
דאָס פויגל פאַרלאָזט באַלד די שטײַג
די ליבע
בעת דאָס צווײַגל בעז שעפּטשעט אַריבער:
דו באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג