Monday, October 31, 2005

אַ בלאט

<>

slowly_falling

"Leaf falling near Box Hill, Surrey" by -
Daniel Sprawson


אַ בלאַט
וואָס רייסט זיך אָפּ פון צווייג
און פאַלט אַראָפּ
זינגט ער ביים פאַלן פאָרט
אַרויס
די גרויסע האָפענונג
אַז ס'איז למעשה
צייטווייליק
אין תוך
,דעם הויכן
שטאַרקן בוימ'ס
אַנטוואָפענונג

Thursday, October 20, 2005

קיינער רופט ניט

<>

mishki


:קיינער זאָגט ניט
"!בערל, קום אַהער"
:קיינער רופט ניט
"?בערעלע, וואו ביסטו"
:קיינער זאָגט אפילו ניט
"!?וואו איז ער גאָר, דער בער"
בלויז אַ ווינטל שאָרכעט
לויט ווי כ'הער
כלומרשט שטילערהייט
...און כלומרשט ניט אומיסטן

:קיינער זאָגט ניט
,זון מיין, זיי אַזוי פיל גוט"
ברענג אַ ביסל וואַסער
".פאַר דער מאַמען
:קיינער רופט ניט אויס
אָ, זון מיינער, ווי גוט"
וואָס מיר ביידע זענען
"!דאָ מיט דיר צוזאַמען

...קיינער זאָגט ניט
,ס'דאַכט זיך
...קיינער רופט
בלויז דער ווינט
צעלאַכט זיך
בייגנדיק די שטאַמען
,און דער בער
וואָס כלומרשט
,גייט אַ טענצל
ווייסט ווי גוט
יענע ווערטער
צו דערהערן
.ניט פאַרזאַמען

der ber

עץ השדה

<>



HARBST 2003


,אוי
ווען איך זאָל זיין
,אַ בוים
אַ בוים אַ הויכער
,און אַ שטאַקרער
,וואָלט איך געזאָגט דאַן: אוי
,ווי גוט עס איז צו זיין
:אַ בוים
– הויך
,אין די הימלען
איז מיין קרוין
– די וואָרצלען
!איינגעטיפט אין קרקע

Tuesday, October 11, 2005

כ'על ניט שרייבן סתם

<>

Ya_lechu

Photo by Маша Сдобникова, г. Москва


,כ'על ניט שרייבן סתם הויכע פּאָעזיע
נייערט אַזוינע
וואָס זאָל שטייגן
אַלץ העכער און העכער
איבער טאָלן און בערג
איבער אַל דער פּאָליט־
,סאָציאָ און נאַציאָ־עמאָציאָ געאָדעזיע
זי זאָל ווערן אַ פּליט
פון דער אַלוועלטיש־
.אויבערמענטשישער אַמנעזיע

זי זאָל תמיד און הייליק געדענקען איר נאָמען
און פליענדיק שטאָלץ העט־ווייט
אין דער אָפענער אַטמאָספער
זאָל זי קיינמאָל ניט פאַרגעסן
צו וועמען עס געהער
,דאָס שטאָלצע פויגל פון פרייהייט
.עליה־השנאָבל

שטאָלץ זאָל זי שטייגן
אונטערברומענדיק פּראָסט־און־נאָבל
ס'ביטערע געוויין פון
"ביי די טייכן פון בבל"

און בכדי זי זאָל גרייכן
אַלץ העכער און העכער
מיט פריש אויסגעאָטעמטע לידער
,מיט שאַרף אויסגעטיאָכקעטע פערזן
– ווי די שאַרלעך־גאָלדענע שטראַלן
בין איך גרייט אַלץ טיפער און טיפער
און טיפער
אין די מוטער־ערדישע נידער
...צו פאלן