Wednesday, November 15, 2006






גוט מאָרגן, דוריען!

איך לייג זיך שלאָפן,
די אויגן – אָפן,
ס'האַרץ – צוגעמאַכט:
אַ גוטע נאַכט!..

און ס'דאַכט: די סטעליע –
פון אָרט זיך רירט שוין.
– נאַ סאַמאָם דיעלע?
יאָ, מערטשעם, מירטשעם...

אַזוי פיל זאַכן
נאָך ניט באַוויזן...
שוין צייט צו קראַכן
ווי קאָמוניזם,

שוין צייט צו פּלאַצן
ווי געטער פאַלשע
אין וועלט'ס פּאַלאַצן...
– גיב גאָט, אָט באַלד שוין;

און אינדערפרי,
אין שויס פון מאָרגן
אַ נייעם ברי
פאַר זיך אויסבאָרגן!

דאָס האַרץ צעעפנט,
אויגן – פאַרזשמורעט:
– גוט מאָרגן, וועלט, דיר!
– גיי ווייטער, דוריען!




Thursday, November 09, 2006


אַ בילד געצייכנט פון יאָסל בערגנער


כן יהי רצון

יעדן טאַג
אַ פּראָסטע תפילה
אָן שום וויירעך,
שטילע, בלויט;
טוט די טיפעניש
אַנטהילן
ברוך הוא
און
ברוך שמו

און איר אָפּהילך –
מילך און האָניג,
פּאָליכראָניש
וועקט און שוינט,
וועקט און שוינט דיך
פּאָליפאָניש:
כן יהי רצון

ס'לעבן דויערט פריש
און בלייביק
ווען ס'פאַרגייט
סיי שטיין, סיי שטאָל –
וואָס מיר שטערבלעך,
ווער מיר לייביק, –
אחרי ככלות הכל



Каждый день –
без воскурений,
с молитвы тихой,
и простой
открываются
глубины –
БОРУХ hУ
и
БОРУХ ШМОЙ

Молоком и медом
отзвук
полихронно
славит в тон,
будь и славься,
полифонно:
КЕЙН ЙЕhИ РОЦОЙН

Жизнь длинней
чем век короткий,
век камней
и век стальной –
что мне смерть
и что мне вечность –
АХАРЕЙ КЕХЛОЙС hАКОЙЛ


Перевод Б. Котлермана


Monday, October 16, 2006

אַ ליד אָן אַ דאַטע

<>




ס'קאָן זיין אַז ס'וועט קלינגען גאַנץ תמעוואַטע,
נאָר ס'טרעפט: די נשמה גייט אויס נאָך אַ ליד, –
אַ ליד אָן שום קונצן, אַ ליד אָן אַ דאַטע,
אַ ליד וואָס לאָזט איבער אַ הערלעכן סליד.

און טאָמער דערפון וועלן אַנדערע לאַכן,
דו, ווער ניט אַנטמוטיקט, מיין ליב טייער קינד,
עס וואַרטן אויף דיר אויף דער ערד'ס ברייטע שליאַכן
און סטעזשקעס פיל שפּורן: אַיעטווידער – זינגט!

דו וועסט זיי געפינען, ווי קאָן דען זיין אַנדערש,
געבענטשט ביסט דעראויף פון דיין שורש און שטאַם,
ביז קריק פונעם סליד צו דעם ליד דו דערוואַנדערסט:
צום קלאָר ווייסן פערז, צי צום נאָכקלאַנג פון גראַם.

אָט דאַן, אויב סע טויג, דו פאַרשרייב עס לעת־עתה
(און מעגלעך אויף אייביק): דאָס ליד אָן אַ דאַטע.





Friday, October 13, 2006

LOGOS

<>

כוסט 1

כוסט, זומער 2005 Хуст (Карпатська Україна)



ויאמר LOGOS

מיין גוטן־ברודער יצחק ניבאָרסקי אַ מתנה אויף לאַנגע, געזונטע, גליקלעכע יאָר!

אין קיין קלאַנגען
איז ניטאָ
קיין מאַנגל
און די ווערטער,
צי מיט שאָטנס לאַנגע,
צי מיט קורצע עקן,
דאַנקען גאָט,
זיי קלעקן.

אויך דער ניגון,
בעסער: די ניגונים, –
הער,
ווי ס'האַלט
אַלץ
קליגן זיך
און וויגן
ווי פון טיפן
ברונעם.

וואָס זשע,
וואָס זשע,
וואָס דיר פעלט
אויף דער גרויסער,
ווייסער
וועלט?

אמת, זי'ז אַליין
גאַנץ טויבלעך,
ה
אַלב געליימט
אויף ביידע אויגן
און פאַרחושכט
טאַפּט זי איצטער
אויס
איר דויער
אין דער פינצטער...

פאָרט,
ביים מינדסטן ליכט
פון שטערן
טוט מען קלאָר
איר האַרץ
דערהערן
ווי עס דופקט:

אָט, אָט, אָט –

ס'וואָרט ווערט וועלט,
וואָרט'ס וואָר
איז
גאָט!


Thursday, September 21, 2006

לשנה טובה תכתבו ותחתמו

<>






דריי לידער בלשון דו
(צו גאָר פאַרשידענע אַדרעסאַטן)


גלי

צי האָסטו דערהערט
פונדערווייטנס מיין רוף,
דורך ווילדע מרחקים,
דורך האַרצבראָך און סקרוך?

צי האָסטו געשפּירט
ווי עס שפּאַרט פון דער טיף
דער ניגון פון האַרצן,
דער נשמה'ס געשריפט?

ווי עלנט פאַרבלייבן
נשמה און גוף
ווען טויבן פאַרטויבטע
פון אונטן אַרויף
זיך נעמען אין וועג
אין אַ ווייט־ווייטן פלי!..

צי האָסטו דערקאָנט
פונדערווייטנס
מיין גלי?..


שרץ

וואָס הייסט, וואָס הייסט?!
כ'האָב לאַנג געזוכט פאַר דיר אַ זכות,
אַ שטיקל תירוץ. און ווייסט –
איך האָב אים ניט געפונען...

געפונען האָב איך בלויז די פּוסטקייט
אין דיינע אויגן יאַקאָס שטומע...

געפונען האָב איך בלויז דעם טעמפּן,
סקריפּענדיקן שמייכל
וואָס כלומרשט לייטישט אויס
דעם פּרצוף פון אַן אכזר...

געזוכט מיט ליכט פאַר דיר אַ תירוץ,
נאָר ווייסן ווייס איך איצט נאָר איינס:
פאַר אָ־דעם זלידנעם בייזן שרץ
באַדאַרף מען שטענדיק בלייבן וואַכזאַם...


עד היום

איך שפּיר ביז היינט דיין ברכה –
זי זינגט אין מיר אויך היינט.
מיט איר האָב איך דערנאָכדעם
פאַרדינט פיל פיינט און פריינד...

חדשים, טעג און וואָכן,
וואָס רעד איך, יאָרן – שיינט
אין מיר דיין וואָרט'ס מלאכה –
יאָצענדליקער ביז היינט.

און אַלץ וואָס וועט דערנאָכדעם
אונדז ביידן זיין באַשערט
זאָל זיין געבענטשט מיט ברכה
וואָס אונדזער וועלט איז ווערט!