Thursday, March 22, 2007





זאָל רינען, זאָל רינען ביי יענעם די סלינע,
זאָל יענעם פאַרכלינען די קנאה די גרינע,
אַבי זאָל דער יענער ניט ווערן פאַרלאָרן
און קיינעם ניט קירצן די געבליבענע יאָרן.

ניט קיינעם, ניט זיך און אוודאי ניט יענעם,
אפילו ווען ס'ווערט פון גן־עדן – אַ גיהנום,
אפילו ווען ס'דאַכט: מ'טוט יאָרן פאַרשפּילן,
באַדאַרף מען דעם ווילן צו שמייכלען אַנטהילן, –

איינשטילן ס'געוויין און אַנטבלויזן די ציינער,
ניט שטשירען, חלילה, נאָר פּשוט זיי ווייזן.
אַ האַרץ אַ געשפּאָלטנס, דו, ווער ניט פאַרשטיינערט
;
דו ווייז ערשט דעם קונץ און זיי שטאַרקער פון אייזן!

זאָל גיסן זיך, גיסן די פרייד פון געניסן
דאָס ליכט פון פאַרגינען און פון ריינעם געוויסן.

necessity of old

<>


doykhek


אפילו
דער
אַלטיטשקער
דוחק

ווערט אויכעט

צומאָל איבערפול

מיט קרוכלע שוין

נויטן,

וואָס הענגען

עס דאַכט זיך,

צעלויזטע

ווי זינלאָזע קייטלעך,

ווי הילפלאָזע צויטן,

כלומרשט,

צעפוילטע.


נאָר פאָרט
יענער דוחק
צעשרויפטער
איז נענטער און ליבער
פון טויזנטער
פלאַמיקע רייד
וואָס לייגן אין פייער
דאָס האַרץ, וואו עס הויזן
געמיטער,
דעם גייסט, וואו עס לעבן
אויך ווייטער
די היימישע שטיבער
(כאָטש זייער געביין
איז פון לאַנג שוין
אין טיפקייט פון היימלאָזע
גריבער...) י


ביסט מוחל די טובות
דעם יונגן
צעפלאַקערטן נויטווענד
און שענקסט שטילע
ברכה
דעם דוחק
דעם הויכן
שוין זאַטן מיט יאָרן,
וואָס אייביקט
דערווייל טאָג־נאָך־טאָג,
וואָס דערמוטיקט
און טאָרעט
זאָלסט, חלילה,
ניט ווערן צעקראָכן,
ניט אומגיין
פאַרלאָרן!..




Yosl Bergner

Yosl Bergner יאָסל בערגנער

Sunday, February 18, 2007

זאַמד מיט שניי

--





דער לעצטער דיכטער איז נאָך גאָרנישט ניט געבוירן,
דער לייענער דער ערשטער איז שוין פון לאַנג פאַרביי.
אין וויסטע ווייטע זאַמדן פון סיני די זוימען – יוירן,
אין טיפע שנייען פון די אַלפּען־שפּיצן פרירן זיי געטריי

דער לעצטער לץ און ווערטער שמיד וועט נאָך שטיין פאַרלוירן,
זיין לשון לעשנדיק אויף שניי בעת ס'שליסט זיך זיין געזאַנג:
וואָס לייענער, ווער לייענער – ער דאַרף רק אַ פּאָר אויערן
זאָל זיין פון בוים, זאָל זיין פון זאַמד,
זאָל זיין פון בייזן שלאַנג!

דער טויבער צווייגן־שאָרך, דער סקריפּ פון שטאַרע טויערן
באַגלייטן זיין מזווג־זיין דעם הייסן זאַמד מיט שניי
און ס'וועט צעפּראַלן דאַן די וועלט אירע קודלאַטע אויערן
צו האָרכן זיין געזאַנג, זיין אומרו־פרייד, זיין וויי.




Tuesday, February 13, 2007

Stopping by Woods on a Snowy Evening


--


Stopping by Woods on a Snowy Evening

Whose woods these are I think I know.
His house is in the village, though;
He will not see me stopping here
To watch his woods fill up with snow.

My little horse must think it's queer
To stop without a farmhouse near
Between the woods and frozen lake
The darkest evening of the year.

He gives his harness bells a shake
To ask if there's some mistake.
The only other sound's the sweep
Of easy wind and downy flake.

The woods are lovely, dark, and deep,
But I have promises to keep,
And miles to go before I sleep,
And miles to go before I sleep.

לויט ראָבערט פראָסט


אָפּשטעלנדיק זיך אין פאַרשנייטן וואַלד


וועמענס וועלדל דערקען איך דאָ?

זיין שטוב אין דאָרף און ער – ניטאָ.

ער וועט ניט זען ווי כ'שטעל זיך אָפּ,

באַטראַכט זיין וועלדל שנייאיק בלאָ.


מיין פערדל קלערט אַז כ'בין צעדרייט

זיך אָפּצושטעלן כ'ווייס ניט וואו

צעווישן וואַלד און סטאַוו פאַרשנייט

פאַר נאַכט, דער לענגסטער צודערצו.


ער גיט אַ טרייסל זיין געשפּאַן

מיט גלעקלעך פרעגנדיק: "מסתם

פאַרבלאָנדזשעט?" ס'הערט זיך נאָך אַ קלאַנג

אַן איינציקער פון שניי וואָס פאַלט.


דער וואַלד פאַרטיפט אין חן און בלאָף...

נאָר כ'האָב נאָך פליכטן אָן אַ סוף ,

אַ לאַנגן וועג ביז כ'גיי צום שלאָף,

אַ לאַנגן וועג ביז כ'גיי צום שלאָף.


linkpost comment

Sunday, February 11, 2007

בלויער שניי

--






כ'האָב ערשט דערזען
היינט אויף דער וואָר
צום ערשטן מאָל,
צום ערשטן מאָל
דעם בלויען שניי
ווי אויף די בילדער
פון מיין קינדהייט

און האָב געגריסט אים
ווי אַמאָל
ווען ער איז ווייס געווען
און קלאָר
אין יענער זויבער
פרישער וואָר
דער לינדער

און ער, דער שניי,
טוט מיר אַ וואונק
מיט שטילן שמייכל
שעפּטשעט שטום:
יאָ, יאָ,
מיין פריינד,
מע ווערט שוין בלאָ,
און דו –
באַזילבערט ווייס און גראָ...

גוט דיך צו זען
באַפּעלצט אָט דאָ,
דיך הערן זינגען!..