Sunday, April 15, 2007

בכיה לדורות

--


קול ברמה נשמע רחל מבכה על בניה
די מוטער רחל וויינט נאך אירע קינדער
by
Jacob Steinhardt


די מוטער רחל
וויינט אויף אירע
קינדער
און די קינדער
קערן ניט
געדענקען
זייער מוטער.

לאַנג פאַרגעסן
וואָס ס'איז אסור
וואָס ס'איז מותר
לויפן זיי אַרום
ווי בלינדע
שאָף און רינדער
אָן אַ מורה־דרך,
אָן אַ קול
פון פּאַסטעך.

הערצער שטאַר
פאַרשפּאַרט,
פאַרבלענדט
פון קליינע יאָכן.
הענט און פיס
צעכראַסטעט

איבער בייכער,

אָנגעשטאָפּט
מיט שוואוילטאָג,
ליידיק פאָכען.

אוי ווי ביטער
ס'יאָמערט אויס
איר ווייטאָג
צום כביכול,
איר געוויין
לדורות,
די געטרייע
מוטער
רחל.


Saturday, April 14, 2007

יוגנט

-




וואָס מער

כ'דערווייטער

זיך פון דיר,

מיין יוגנט,

אַלץ נעענטער

דו ווערסט מיר. –

דאָס איז קלאָר,

כאָטש ס'ווערט

ניט קלערער

מיר

דיין ברויזנדיקע

צוקונפט –

פון יאָר צו יאָר...


Tuesday, April 10, 2007

OYGN

-




*

דו קוקסט און פרעגסט אַמאָל מיט כעס:

וואו זיינען, זאָג מיר, דיינע אויגן?

און איך פאַרענטפער זיך אָן שפּאַס:

די אויגן זיינען זיך צעפלויגן

אין אַלע זייטן פון דער וועלט,

אין אַלע ווייטקייטן און עקן,

נאָר תמיד ס'קערט דער בליק צעהעלט

זיך אום כדי דיך אויפצווועקן...


*

דו טוסט אַמאָל אַ פרעג:

וואו זיינען דיינע אויגן?

וואָס קאָן איך ענטפערן דעראויף? –

די אויגן זיינען זיך צעפלויגן,

נאָר אָט, קוים טוסטו מיך אַ רוף,

ווערט ס'פליען זייערס ניט געשטויגן,

זיי קרייזן באַלד אַראָפּ צו דיר

און טוקן זיך אין דיינע אויגן.


Sunday, April 08, 2007



מוזיק אין גיהנום,
ווי קאָן עס געמאָלט זיין?!

צי קאָן עס געמאָלט זיין
גאָר אַנדערש?

מוזיק פון גיהנום,
פון טיף אין דער נידער
ווען ס'רייסט זיך אַרויס
און עס ברעכט זיך
דער ניגון
מיט ווייטאָג'ס
אומענדלעכן וואַנדער.

אָרויס פון פיר איילן
פון פּיין און יסורים
פון תשעה באב טאָל
אָן אַ ברעקעלע פּורים
צום טורעם
פון ליכט
ניט דערגרייכטער
פון יענעם,
וואָס
זיך
האָט
צעפליקט
מיט מוזיק אין גיהנום...

און ס'ציטערן קלאַנגען
צעטרייסלענדיק וועלטן,
און גרייכן ביז היינט,
און ביז מאָרגן,
ביז שפּעטער...
און ס'צעציטערן ווערטער
זיך איבעראַנאַנדער:

מוזיק אין גיהנום,
ווי קאָן עס געמאָלט זיין?!

צי קאָן עס געמאָלט זיין
גאָר אַנדערש?..



Thursday, March 22, 2007





זאָל רינען, זאָל רינען ביי יענעם די סלינע,
זאָל יענעם פאַרכלינען די קנאה די גרינע,
אַבי זאָל דער יענער ניט ווערן פאַרלאָרן
און קיינעם ניט קירצן די געבליבענע יאָרן.

ניט קיינעם, ניט זיך און אוודאי ניט יענעם,
אפילו ווען ס'ווערט פון גן־עדן – אַ גיהנום,
אפילו ווען ס'דאַכט: מ'טוט יאָרן פאַרשפּילן,
באַדאַרף מען דעם ווילן צו שמייכלען אַנטהילן, –

איינשטילן ס'געוויין און אַנטבלויזן די ציינער,
ניט שטשירען, חלילה, נאָר פּשוט זיי ווייזן.
אַ האַרץ אַ געשפּאָלטנס, דו, ווער ניט פאַרשטיינערט
;
דו ווייז ערשט דעם קונץ און זיי שטאַרקער פון אייזן!

זאָל גיסן זיך, גיסן די פרייד פון געניסן
דאָס ליכט פון פאַרגינען און פון ריינעם געוויסן.