Wednesday, September 24, 2008

ערב־ווינטער סקרוך



ס'איז געוואָרן קאַלט

אין מיטן דרינען

בייזע ווינטן, רעגנס,

כמורנע טעג

און פון זומערדיקע גליקן

לעצטע טראָפּנס רינען

אַלע כלומרשט באַלד אינגאַנצן

שוין אַוועק


ס'איז געוואָרן קאַלט

און שטאַרק אומהיימלעך דרינען

אין דיין אייגן היים

געפינסט זיך ניט קיין אָרט

און פון אָוונט שפּעטן

ביז אין פרי באַגינען

קאָנסט ניט אָנטאַפּן

דאָס איינציק רעכטע וואָרט


ס'לויפן נאָכאַנאַנד שוין

טעג און וואָכן

גיך און נודנע

לאַנגווייליק און שנעל

נאָך אַ נס: דאָס האַרץ

איז ניט צעבראָכן,

כאָטש פון בענקשאַפט

שיער צעשפאָלטן

ס'דופקט

שווער


ס'איז געוואָרן קאַלט...

און פאָרט, די ווינטן בייזע

וועלן מוזן סוף־כל־סוף

אַוועק

און די טעג די כמורנע

וועלן לאַנגזאַם, איינזאַם

אָפּטאָן זיך צו גאָר אַן אַנדער,

ווייטן עק






Monday, September 01, 2008

?טאׇ וואׇס זשע, פרעגט זיך, וועט

---




,ניט די מוזיק וועט ראַטעווען די וועלט
.ווייל זי, מוזיק, קאׇן אויך באַגריסן קרעמאַטאׇריעס רויכן
,ניט די פּאׇעזיע וועט ראַטעווען די וועלט
.ווייל יענע קאׇן, חלילה, אויך אויפוועקן צו רציחה
,ניט די געדאַנקען הויכע
ניט דער אינסטיקט
...וואׇס טרייבט אונדז ווייטער קריכן

?טאׇ וואׇס זשע, פרעגט זיך, וועט

די נאׇנטשאַפט, וואׇס פאַרבעט
דאׇס אינעווייניקסטע
.בשלום זיין מיט גרויסן דרויסן
,די שרעקלעך שטאַרקע נאׇנטשאַפט
וואׇס גאׇרניט זיך אַליין איז זי כסדר אויסן
,אַן אייביקייט
... פון אינדערפרי ביז אינדערשפּעט

,דאׇס וועט אפּנים ראַטעווען די וועלט
.איר פולע פּראַכט אויפהיטן און אַנטבלויזן

Saturday, August 09, 2008

נאׇענטשאַפט





ווען די נאׇנטשאַפט ווערט טיפער פונעם דנאׇ
מישן זיך צונויף רעגנבויגנס פאַרבן
און קיין פרעמדקייט מער שוין ניטאׇ, ניטאׇ
בעת פון זאַנגען זאַטע ווערן רייפע גאַרבן

און אַיעטוויד זאַנג פילט דיך אׇן מיט ליכט
און אַיעטוויד גאַרב מאַכט דיין דעכען מונטער
און צו אַל־די רוחות פאַרשווינדט דיין גלייכגעוויכט
ווען דער טיפקייט פון דער נאׇנטשאַפט גיסט זיך אונטער



Серебрякова Зинаида Евгеньевна Жатва

Friday, June 06, 2008

גם זו לטובה


-



אויף אַ שיפל, וואַך, ביינאַכט,
אין סאַמע מיט פון טיפן טייך,
איינער אַליין, פאַרגלייבט אין שיין,
אין די פאַלדן פון שטילער שפּראַך
און פונדערווייטנס גרייכט אַהער
אַ זיפץ אַ פאַרשטומטער,
אַ קרעכץ, ניט מער...


בלויז די וואַסערן רונד אַרום
ברענגען־מיט מיט זיך די רו
ברכהדיק רייפע, טפו־טפו־טפו,
ברעכעדיק שטייפע און בויגזאַמע רו.
באַלד פאַרשלינגען זיי
אׇן אַ שטער
בלוטיקן זיפץ מיט
בייזלעכן קרעכץ

גם זו לטובה
גם זו...
גם זו...
גם זו לטובה

ניט מער




Friday, May 02, 2008

Issachar Ber Ryback


כ'דאַרף דיך האׇבן זייער נייטיק לעבן זיך,
כאׇטש איך ווייס אַז לעבן מיר איז דיר ניט זיכער,
ווי ניט־זיכער איז דעם קלוגן אלף־בית
אויסצושטיין פאַרשטומטערהייט דעם בייזן וויכער.

כ'דאַרף כסדר נערן זיך פאַרגלייבט
אין דיין אייביק רייפן, אייביק פרישן אׇטעם,
נאׇר דאׇס ווערן דאׇ מיט מיר פאַרדרייט
קאׇן, חלילה, אויספאַלן אונדז ביידן באׇקאׇם.

ניין, ניט איך
און אויך ניט דו זענען צעדרייט,
נאׇר אוודאי ניט אין מיר
איז דיין באַשאַף געראׇטן...

טאׇ אפשר דווקא צוליב דעם
כ'בין גיריק, לאׇער, גרייט
שעפּן שפע ליכט
פון דיין פאַרשטומטן שאׇטן?..