Tuesday, April 28, 2009

--

-







ווי זעט אויס אַ ליד

פון דעם נייעם יאׇרטויזנט

אַ מאַסקולינער אַנדרוגינוס

אין ווייבערשע הויזן


אַ האַפטיקער שטאַמל

וואׇס וויגט זיך און הוידלט זיך

אַ פיל־שטאׇקיק וויגוואַמל

וואו ווילדקייטן הויזן זיך


באַנאַנד און צוזאַמען

מיט ריחות מיט היימישע

געקניפּט ווי בצוואַנג

מיט פאַרלאַנגען בהמישע.


ווי קלינגט דאׇס אַ ליד

פונעם נייעם יאׇרטויזנט

אַן עלנטער אׇפּהילך

פון נעכטיקע ברויזן


בעת איינזאַם־אינאיינעםצוזא

אויף וועלטישע רחבותן

ווערן מורעשקעס איכותן

פאַרוואַנדלט אין כמותן


און קוים אַ געוויין

איז דער וועלט

אַ געלעכטער


אַ יאׇמער, אַ קלאׇג

דער עולם

פארשוועכט אים


ווי זעט אויס אַ ליד

ווען די צייטן זיך בייטן

און פאַרטראׇגן די נאׇנטשאַפט

צוריק צו די ווייטן




Wednesday, April 15, 2009




etoia



כלומרשט גרינגער

ס'איז שוין געוואׇרן גרינגער

און סע דאַכט –

אַז איצטער בלויז
צען, עלעף מאׇל אַ טאׇג
פון דיר איך טראַכט.
ניט מער ווי איין מאׇל
יעדע שעה,
בעת איך בין וואַך.

און ווען איך שלאׇף,
דאַן בין איך ערשט
מיט דיר גאׇר וואַך.
אינגאַנצן
בלויז מיט דיר –
די גאַנצע נאַכט.

דערנאׇך, אויף מאׇרגן
הייבט זיך אׇן
די זעלבע זאַך –
אינגאַנצן
צען, צי עלעף מאׇל
ווער איך פאַרטראַכט.

און כ'ווייס ניט,
וואׇס איז בעסער
טאׇג, צי נאַכט?
אין האַרץ –
אַ שאַרפער מעסער
האַלט די וואַך...

ס'איז שוין געוואׇרן גרינגער...
נאׇר איינס מיר דאַכט –

סיי ווען איך שלאׇף,
סיי ווען כ'פאַרבלייב
גאׇר אויף,
עס ברויזט אין מיר,
מיך אויסצודרייען מאַכט –
דיין וואׇר, דיין קול, דיין גוף




Friday, March 06, 2009

אויטאׇפאׇרטרעט




Mar. 6th, 2009 at 11:16 PM




פיל גראַציעזער אינעווייניק, ווי פון דרויסן.
פיל נאַרישער ווי עמיצן עס דאַכט,
אַמאׇל אין אונטערוועש, אַמאׇל אין הויזן
און זעלטן ווען בפירוש אויף דער וואַך.

און גרייט צומאׇל מיט ווילדע חיות הויזן,
צומאׇל מיט אַנדערע נפשות זאַלבע אַכט,
אַבי מע זאׇל אים לאׇזן גראַמען לויזע
אויסלייזן פון צעדולטן טאׇג־און־נאַכט.

און וואַך ווען אַלע שלומערן פאַרכוסהט,
און ניכטערלעך פאַרדרעמלט ווען סע דאַכט,
אַז מיטן אויפשטייג נייעם פון יאׇרטויזנט
זיין וועלט אַיעדן טאׇג אויפסניי זי קראַכט.

און טאׇמער שרייט ווער: "נייע ווינטן ברויזן!
עס ווערט אַ וואׇר אַ נייע דאׇ געמאַכט!"
איז ער ניט גרייט די בשורהלע אַנטשפּויזן
און לייגט אויף יענעם שרייער ווייניק אַכט...

מגושמדיק, נאׇר ניט פון אינעווייניק,
און גאׇרניט אַזוי קלוג,

ווי ס'וואׇלט זיך אים געוואׇלט
דאׇך בלייבט ער מיט זיין אומרו –

רואיק אייניק
און זאַמלט ווייטער
פון דער שקיעה
הויפנס גאׇלד.

Thursday, February 12, 2009

שפּראַכן און מענטשן



--


שפּראַכן שטאַרבן ניט,

מענטשן שטאַרבן אויס...


מענטשלעכקייטן שטערבלעכע

פאַרגעסן פון פאַרויס,

אַז שפּראַכן שטאַרבן – ניט,

בעת זיי, זיי – שטאַרבן אׇפּ.


ווערטער גייען ניט לאיבוד,

ווערטן קומען אׇפּ

דער וועלט וואׇס קוים

זי זשיפּעט,

מיט דער פּוטער אַראׇפּ...


מענטשן,

הערט זיך־צו צו שפּראַכן

מיט האַרץ

מיט חוש

מיט קאׇפּ.


Saturday, February 07, 2009

ענטפער, הארץ מיינס

---


ווען דער גרויסער ווייטאׇג
ווערט
,ווייטאׇגדיקער
,שאַרפער
וואׇס זשע, זאׇל מען
?דענצמאׇל טאׇן
,מיין האַרץ
...גיב עצה, וואַרט ניש

זיך וואַרפן גלייך
אַראׇפּ פון באַרג
,פונעם באַרג דעם העכסטן
די גאׇרע טיפקייט
פונעם תהום
מיט זיך אַליין
?אויסמעסטן

צי אפשר גאׇר, זיך נעמען קלאׇר
,ווידער ווייטער שפּאַנען
נעמען אין די הענט די פיס
,און קלעטערן ביז וואַנען
ס'וואַקסן ווידער־אויף
ביי דיר
?פליגל שפּאׇגל־נייע

,ענטפער, האַרץ מיינס
,ענטפער מיר
מיין וועגווייזער
.געטרייער