Tuesday, July 14, 2009

אַלץ, וואׇס פאַרביי, ווערט ניט פאַרביי אויף אייביק,

און טאׇמער יאׇ איז דאׇס דען טאַקע אַלץ?

בעת ליים ווערט לייב, צי לייב ווערט גרוי און ליימיק

שוועבט איבער וועלט אַ פרייד, צי שווערע שטיקעניש אין האַלדז...


פאַרבלייב, פאַרבלייב – עס זשומען קלאׇר די שטערן,

פאַרביי, פאַרביי – באַוויינט זיך טיף דאׇס האַרץ,

נאׇר צווישן לעצטן אומגאַנג און דעם שטאׇלצן גאַנג פון ווערן

שוועבט שעמעוודיקע תפילה שיינענדיק נאׇך אַלץ





Sunday, May 31, 2009





פון וואס, פון וואס
אזוי פארעקשנט
עס שווייגט
דער בוים,
דער אלטער מקשן?

בלויז קוים א שארך
מיט צווייגן. קוים
א וואונק, א האלבן
מיט דער קרוין.

אזוי פיל לעבנס
אפגעשוויגן
און מיט זיין שווייגן
מאנט ער פארט

מע זאל דערקלערן,
ווערן קליגער
פארוואס ר'טוט שטייגן
אויף איין ארט.

און ס'דאכט, אז ער נאר
קאן די תשובה,
מיט וועלכער מענטשן
הייצן הרובעס.

דערפאר, דערפאר
אזוי פארמשכונט
עס שווייגט
דער בוים,
דער אלטער עקשן.




י



teplik


ניט סע בענקט זיך,
ניט סע האסט זיך,
וויגלאנד -- צעראבירט, פארסטרויעט,
היימלאנד, היימלאנד -- ווייט און נאענט,
טראגסטו ווארצלען
טיף אין הארצן.

קיין פארביטערטקייט ניט נויעט,
בלויז דער אייביק
שארפער ווייטיק
איבער ברעקעלעך און חורבות
שניידט זיך איין מיט ליכט
מיט שווארצן,

נאר דער שמייכל דויערט, דויערט
איבער וויגלאנד'ס שטאלצע קורוועס,
איבער היימלאנד'ס קלוגע שוטים,
אויף די שליאכן שטארק פארקויטיקט
קרומער שמייכל -- גלייכער שכל
פול מיט מיטלייד
טרויערט.


י