Sunday, February 28, 2010

לידער פון אַ גאַנץ יאָר




ווען דו זאָלסט קענען אויף דער וואָר

ניט זינגען לידער אַ גאַנץ יאָר

וואָלט אפשר פיל מער קלערער ווערן

די זויבער ריינע ליכט פון שטערן


וואָלט אפשר אויך דעם וויין געראָטן

מיט זון אויפיוירן טיף אין שאָטן

עס זאָל זיך אָנציען מיט טעמ'ען

קיין מינדסטן זאָל ער ניט פאַרזאַמען


ווען וואָלסט געמורמלט בלויז אין דרימל

אַ יאָר אַ קיילעכדיקס פאַרהימלט

וואָלסט אפשר טיפער דיך געקערט

דאַן צו די סטרונעס פון דער ערד


נאָר ס'איז דיר ניט באַשערט אפּנים

אַ יאָר אַ גאַנץ אָן גראַמען־קלאָנען,

אַ לאַנגער גאַנג אָן ברעקלעך טרעלן

וואָס מאָנען זיך אין ליד צעשטעלן


און פעסט געפאַנגען בלייבסטו גאָר

אין צוואַנג פון בת־קול אויף דער וואָר


טאָ זאָל דיך זינגען האַלב דערבאַקן

ביז דו שטומסט אויס דעם לידס סך־הכל



Tuesday, February 09, 2010



אַ זון מיט א פראָסט ווי ביי פּושקינען, כ'לעבן 
דו ביסט עס אינמיטן און איך בין דערנעבן

סיי וואַסער, סיי פייער, סיי דויער און אומרו
און ס'הילכט אַלץ דער עכאָ: ושמרו, ויאמרו

אין זויבערן שניי פאַרכאַפּט אין דער זשמעניע
עס זינגט אַלץ דער עגאָ: הינני, הינני

צעבויגסטו די פינגער – די שנייעלעך וויינען
און ווערן מגולגל אין טרערן אין ריינע

וואָס רינען און בענטשן, ווי אָקערשט דו האָסט 
דעם פייער, דאָס וואַסער, די זון און דעם פראָסט


photo: Artur Frątczak, Ukraine, January 2009


Friday, January 22, 2010

וואָס בלייבט





וואָס בלייבט
,ווען סע שטאַרבט דער זכרון
?וואָס בלייבט
,אַ דויער אָן יאָרן
?אָן נשמה דאָס לייב

בעת די זייגערלעך טיקען
,פאַרגייט, ווי געשטאָרבן
די צייט אָן אַ תיקון
...אין קברנישער טאָרבע

וואָס בלייבט ווען די ליבשאַפט
מיט שנאה אינאיינעם
אַנטרינען אין ניוועץ
אויסגעשעפּט
?ביזן דנאָ

און ס'ניטאָ
,ווער ס'זאָל קלאָגן
,ניטאָ ווער ס'זאָל וויינען
,די ציינער פאַרקלעמט
"!ביסט ניטאָ מער, ניטאָ"

וואָס בלייבט ווען סע קראַכט
,די געדענקשאַפט
די בענקשאַפט
און אַלץ וואָס פאַרמאָגסט
?ווערט צעקנוידערט און קרום

און אפילו דער ווייטיק
ווערט שיער אויסגעליידיקט
און דער פיבער
פון עכטיקע לידער
?אַנטשטומט

?וואָס בלייבט

ס'בלייבט אוודאי די אייביקע רגע
,געפּאַקט מיט געדענקשאַפט
מיט קינאות
,און ליבעס
מיט ניסים נפלאים
.און געפערלעכע סיבות

יאָ, ס'בלייבט איבער אַלץ
,סיי שטויביק
סיי גלייביק
,די געטלעכע
,מעכטיקע
מענטשלעכע
.רגע

פאַרשפּאָר זיך אויף ווייטער
...צו חקירהן און פרעגן



Tuesday, November 24, 2009

טרוקענע גראָז











טרוקענע גראָז, ניט שטרוי,

בפירוש טרוקענע גראָז

וואַקסט אויך פאַרוועלקטערהייט

אָן אַ פאַרוואָס

אָן אַ פאַרדראָס...

די גאָלדענע,

פאַרקאָלטנטע

טרוקענע גראָז.

נאַקעטע צווייגן,

ווי אַנטבלויזטע פייגן,

וואַרטן געדולדיק

בעת דער הימל

פאַרשולדיקט

קוקט אַראָפּ

בפירוש אויף זיי...

אָך און וויי,

הוילע, נאַקעטע צווייגן.


און דו פאַרברעכסט ניט די הענט

בלויז פאַרשעמט

קוקסט און זעסט

ווי ערב פרעסט

בענטשט די טרוקענע גראז

די נאַקעטע צווייגן...

און ווילסט ווייטער ניט שווייגן

ניט אַראָפּלאָזן די הענט.


Wednesday, November 04, 2009

יוסף קערלער לייענט זיין ליד -- א ניגונדל צווישן די ציין

יוסף קעלער לייענט זיין ליד "אַ ניגונדל צווישן די ציין" איינע פון די פיל לידער וואׇס דער דיכטער האׇט געשאַפן אין די סאׇוועטישע טורמעס און אין די צוואַנגס־לאַגערן אין וואׇרקוטאַ. פאַרשריבן אין קעשענעוו פון דעם יידישן פּאׇעט און טעאַטער־טוער דוד שוואַרצמאַן (שב־ארצה), אׇנהייב 1960ער ווען יוסף קערלער האׇט באַזוכט דעם דעמאׇלט נייעם יידישן טעאַטער קאׇלעקטיוו. דוד שב־ארצה האׇט די לידער פאַרשריבענע אויף אַ מאַגניטאׇפאׇן אויפגעהיט און מיט פיל יאׇרן שפּעטער מיטגעבראַכט מיט זיך קיין ישראל, צושיקנדיק קערלערן אַ קאׇפּיע דערפון אין 1992. דאׇס ליד אין דער לעצטער רעדאַקציע אַריין אין יוסף קערלערס בוך "דאׇס געזאַנג צווישן ציין" (ירושלים, 1971) אונטערן נאׇמען "אין קאַרצער" (דאׇרט, ז. 48). ווי מע קאׇן זען איז עס געווען ווייטער אויסרעדאַגירט און די איצטיקע דריטע סטראׇפע אינגאַנצן אויסגעמעקט געוואׇרן.

One of the many poems written by Yosef Kerler in the Soviet jails and in the labor camps of Vorkuta in the first half of the 1950s. Read by the author, recorded by the Yiddish poet and theater and culture champion, Dovid Shvartzman (later: Shav-Artsa) in Kesenev (Chisinau) in the early 19960s
.