Tuesday, September 20, 2011

אומ)פּערזענלעכע פראָנאָמען)

--




זיי

זיי וועט מען זוכן, אָדער ניין
וועמען אַרט עס, סיידן זיי
וועלן יאָ אָמאָל פאַרשטיין
אַז קומען קומט מען ניט צו זיי
נאָר מ'קומט צו דעם, וואָס שפּרייט
און שפּרייט
דעם שרפהנדיקן וויי,
און אויך די שיין פון פרייד



איר

איר קומט און ס'איז שווער אייך שוין איבערצוציילן
פון ווייטע מקומות, פון פאַרחושכטע היילן
קומט איר און מאָנט אַלץ: רק ברויט מיט תענוגים
און האָפּסלט צעווילדעוועט סטעפּס, בוגי־וואוגי
אָט נאַט אייך דאָס ברויט, דעם זאַלץ און די וויינען
אַ ביס און אַ לעק און אַ שמעק אויך צום תענוג
נאָר ס'העלפט ניט, כאָטש ווער גאָר אַ כופר בעיקר
איר קומט אַלץ אָנצאָל אַלץ צערייסן אויף שטיקער



מיר

ווען וויסן זאָלן מיר געוויס
אַז ניט אויף אייביק איז דער ריס
אַז ביטער קען אויך ווערן זיס
און שיין – ניט ווערן מאוס און מיאוס
וואָלט מען גענומען זינגען קלאָר
ניט מורא האָבנדיק פאַרוואָר
וואָס וועט אונדז ברענגען דער קאַיאָר
ניט וואָר?



זי

זי שטייט און וואַרט, זי שטייט און וואַרט
דאָס ווינטל גלעט די האָר איר צאַרט
און אין איר וואַרטן וואַקסט אַ ליד
זי שטייט און וואַרט, קוים־קוים זיך רירט
צום טאַקט פון ליד און פון זיין וואַקסן
וואָס האַרציק צערטלט איר די אַקסל
און פון איר שטיין (צוריק קיין טראָט)
וויינט די וועלט און לאַכט דער גאָט



מען

מ'זאָגט אַז פאַרמאַכן, פאַרשפּאַרן מע וועט
די זון מיט די שטערן, די פרי און די שפּעט
אַ גרויסע בהלה, אַ פּחד, אַ שרעק
אַלץ שפּרייט זיך און שפּרייט זיך דערפאַר אָן אַן עק
איז וואָס אַז מע זאָגט, און אַז כלומרשט מע וועט
פון זאָגן ביז וועלן איז פאָלג מיך אַ גלעט
און גלעט איז דער אָנהייב, דער אָנהייב פון אַלץ
באַרואיק זיך, האַרץ



ער

ווייל ער קען ניט, ער קען ניט, ער קען ניט
אַריבער
צי דען אומבאַדינגט מוז ער דעריבער
כסדר אַלץ קריכן און קריכן אַרונטער
אויף יענער זייט טרוים און אויף יענער זייט וואונדער
ס'איז שווער צו פאַרשטיין און נאָך שווערער פאַרדייען
נאָר ער האַלט אין איין קריכן און קריכן
עד־היום



איר

איר זאָגט אַז אַלץ איז שוין פאַרביי
קאָן זיין, קאָן זיין, כאָטש חי־וקיי
וועט מען ניט שרייען, ניין
מערניט מ'עט אָנהייבן אויפסניי
אַ שטיין צו שטיין
לייגן געטריי
און איר וועט זיין דערפון גאַנץ פריי
גאַנץ פריי מיט זיך אַליין



דו

דו מיינסט אַז אַלע קוקן רק אויף דיר
אפילו ווען דו שטייסט אינמיטן רוישנדיקער גאַס
אַז רק נאָך דיר אַיעטווידער אַלץ שפּירט
ווער בלויז מיט חן און ווער מיט כעס
אַבי אויף דיר
מיין פריינד, מיין פיינד, ס'איז בלויז אַ שפּאַס
שפּאַר אויף די טיר, אַרויס פון פאַס
אויף אונדזער רוישנדיקער גאַס פון משוגעת



איך

און אַז איך וועל זיך נעמען צו דער זאַך
אַך
וועט אַלץ דאַן שטראָמען ווי אַ פידעלע
וועט דאַן דאָס בעסטע אַרויס אויף דער פלאַך
מיט אַ זעלטן געראָטן לידעלע
אַ קו וועט פליען איבערן דאַך
און לייגן וועט זי גילדערנע אייעלעך
אַך, לאָזט ניט איבער ס'פענצטערל פאַרמאַכט
ווען ס'פאַלן שטיל די ערשטע שנייעלעך






Sunday, August 14, 2011

צום סאַמע ערשטן טראָט

-
-


דו גייסט צוריק צום סאַמע ערשטן טראָט
צו יענעם בראשיתדיקן טראָט ניט־זיכערן
וואָס ווערט כהרף־עין דער געבאָט
צו פעסטיקן דיין גאַנג אין שטילעניש, אין וויכערן

און דו געפינסט, באַוואונדערסט אים, דעם טראָט
און קאָנסט אים גאָרניט מעסטן מיט קיין שכל ניכטערן
אין יעדן קער און ווענד אויף גאָטס באַראָט
זיין אָנבאָט ווערט מיט יעדן שפּאַן אַלץ ליכטיקער



Thursday, August 11, 2011

ס'קומט אן דער טאג
ס'קומט אן דער טאג
אלץ נענטער קומט ער אן
דער טאג

און אונדזער גאנג
פון פרייד צו פלאג
פון פלאג צו פרייד
אלץ טראט נאך טראט
צעשפרייט

איבער דער וועלט צעזייט
נאר קומען וועט ער פארט
צעווייט
אויף אל דאס גרייט
קומט אן דער טאג

פון פלאג צו פרייד
פון פרייד צו פלאג
א קלארער, שיינער
ברייטער 
טאג

ער קומט אלץ אן
מיט גרויסער פרייד
די וועלט, די נאכט
 -- פאר אים 
שוין גרייט

Sunday, July 31, 2011

גאָלד און זילבער

-





דער טיפער גאָלד פון דיינע האָר
פאַרוואַנדלט זיך אין ריינעם זילבער
אין יעדן קנייטש דיין שמייכל קלאָר
רק קוועלט און זינגט:
איך שטיף, איך שפיל מיר...

דער טאָג ווערט קערצער
נאָר דערפאַר
הערט ער ניט אויף
אַלץ ווייטער ווערן

טאָ זאָל זיין דויער
און זיין שכר
אונדז ביידן
פרייד און נחת 
מערן


Thursday, July 21, 2011

דער בראַווער פאַרטיידיקער








ס'טוט איינער אַ פאַרטיידיקער
פון "מענטשלעכער" געשיכטע
ניט ווייניק לייט צעשעדיקן
געטרייע פריינט פאַרניכטן

טוט דורסן און עוקר זיין
(געוויינטלעך מן השורש)
בלויז ער קער דער געשיכטע זיין
איר לעצטער בראַווער יורש

נאָר מער פון אַלץ צעשעדיקט ער
זיין אייגענע געשיכטע
סיי בעת ער טרינקט זיך ביטער אָן
סיי ווען ער איז גאַנץ ניכטער

און די געשיכטע, אָן אַ זייט,
זי שטייט און בעט זיך שטיל:

"מיין טייערער פאַרטיידיקער,
וו'הין שטופּסט זיך מיט דיין שפּיל?

פאַרטיידיקן פאַרטיידיק מיך
וויפל דיין האַרץ זיך גלוסט

נאָר איבער וואָס צענעריקסטו
אַלץ וואָס איך האָב געוואוסט?

ווייל כ'האָב געוואוסט,
אַז טריישאַפט מיינט
ניט נאָר צו זיך אַליין.
אַז איבערלאָזן מעג מען מיין
ווי אויף אַ שטיין אַ שטיין

ניט איבעראַל לויערט פאַרראַט
ניט אַלץ איז גאָלע פּיין.

פאַרטיידיק בעסער
זיך אַליין 
פון זיך אַליין...
מיר שיינט,
אַז דיין פאַרטיידיק־אַפּאַראַט
שפּרייט מערער האַס ווי שיין."
--- 

ס'איז אַ רחמנות און אַ בראָך
דעם זעלטן קלוגן פּריידיקער
אַריין מאַנקאָליע אין קאָפּ
צו ווערן דער פאַרטיידיקער...

און ס'ווייסט פון רו ניט
אונדזער גבר
ער האַלט רק שעלטן, שיסן
ביי טאָג, ביי נאַכט
פאַרשפּרייט ער צער
דעם גרימצאָרן
דעם מיאוסן

ווייל
לא ינום ולא ישן
ממש עד בלי די לו
אַ שאָד נאָר וואָס
יומם ולילה
(כיי וואָלט ער קערן וויסן)
בלייבט דרעמלען,
דרעמלען פראַנק־און־פריי
זיין אייגענער
געוויסן