Tuesday, August 06, 2013







מיר שטאַמען פון אדם הראשון,
פון זיינעם פון ערשטיקן גאַנג
אויף וועג און אויף שטעג,
אויף בענק און אויף טישן
מיט זיינעם אורשפּרינגלעכן דראַנג.

דורך שקר מיט אמת, אינצווישן,
צום ווייטן און איינציקן ברעג –
אַהערצו־צו טוט ער דערשיסן
מיט ברכות פון אוראַלטע טעג.

און אין די שלייפן – ס'געוויסן
מיט פרייד און מיט אַנגסט
און מיט טרייסט
טוט יאָדערדיק קלאַפּן און שיסן:
– דו ווייסט,
ליבער ברודער, דו, ווייסט?

און ווידערקוליק טוסט גריסן:
– דו, ווייסט, טאַטע זיסער,
דו ווייסט!

און ווידער
באַגרייפסט
שוין אויף זיכער
מיט קרעפטיקן זבענג
ווי מיט פויסט אויף קלאַווישן:
מיר שטאַמען,
מיר שטאַמען
פון אדם הראשון!


Monday, July 22, 2013

א געזאנג אין וואלד





teplik
אַ קול אין וואַלד
וואו עס לעבט ניט גאָט
און קיין מענטשלעכן שאָרך
ניט דערשפּירסט צווישן ביימער

וואו די יונגשאַפט ווערט אַלט
און דער סוד פונעם סאָד
פאַרבלייבט ניט־דערהאָרכט,
געשטרויכלט פון שטיינער...

אַ געזאַנג ניט פאַר דיר,
ניט פאַר קיינעם געדאַכט 
איבער אַלץ וואָס פאַרגעסט זיך
אויף אייביק. 
אויף אייביק?!

עס צעקרעכצט זיך 
דאָס קול, דער געזאַנג און ס'דערוואַכט
דער ביטחון אין אַלץ
וואָס איז שטאַרביק
און גלייביק


-

Saturday, June 15, 2013

ווערטער ווערימלעך

--




ווערטער ווערימלעך
טשעפּען זיך־צו
צו דיר
אָן אַ מאָס, אָן אַ שאַץ, אָן אַ שיעור
און אַנשטאָט זיי
צו פאַרטרייבן
פון זיך 
אַוועק
פיטערסטו זיי
מיט דיין לייב־און־ליד
אָן אַן עק
און זאָגסט זיי צערטלעך, כסדר
(זאָגסט אַרויס, הייסט עס, פון חדר):

ווערטער ווערימלעך, טייערע,
עסט זיך געזונטערהייט אַריין
אין מיר!
צווישן אייערע ציינדעלעך
טוט זיך אַ וויבריר
מיין אומגעהייערע 
בענקשאַפט
נאָך זיי,
נאָך די אַלע וואָס זענען פאַרביי 
רק געמיטער זייערע
נעסטן געטריי
און הויזן טיף-טיף 
אין מיר
מיט אַ מאָס,
מיט אַ שאַץ,
אָן אַ שיעור.










Monday, June 10, 2013

מיר זענען געוועזן





מיר זענען געווען יידן,
מיר פלעגן לעבן דאָ...
אַצינדערט פוילע פליגן
קוים זשיפּען גרייז־און־גראָ.

ס'צעקרישלען זיך די ווענט און
עס גייען פרעמדע פאַרביי
אין בונטע פאַרביקע העמדער
ווי אויפן ערשטן מאַי!..

און קיינער ניט דערמאָנט זיך,
געדענקען איז ניט פאַר זיי
חמיל, מאַזעפּע, גאָנטע
אַ בלוטיקער פאַרזיי...

מיר זענען געוועזן יידן
מיר האָבן אַמאָל געלעבט
איצט פרעמדע נאָר ירידן
זידן דאָ אומפאַרשעמט. 


Saturday, April 13, 2013

נעכטיקע טעג


א
מיין ברודער, דער נעכטיקער טאָג / וועט איבערמאָרגן, מסתמא / נעמען פירן אַ נייעם בלאָג / לזכר דער צוקונפט -- / דער דראַמע /וואָס וועט איבעררוקן / די קלאָרע געדאַנקען / אַהין וואו דאָס פלעמל וועט קיינמאָל ניט צאַנקען / אַהין וואו די טויבן צערטלעכע וואָרקען / וואו עס אייביקט די מונטערע שיין פון פרימאָרגן / מיין איינציקער ברודער, דער נעכטיקער טאָג / ער 'עט זיכער אין ברכה / פאַרוואַנדלען די פּלאָג / אַז יעטווידער זאָל אינדערוואָכן / און אַלע אינאיינעם, צוזאַמען -- / דערלאַנגען צום טאקט פון כביכול / צו דער צוקונפט וואו ס'פלאַקערט די דראַמע



ב

ס'איז אומעטיק דער טאָג / וואָס גייט באַלד ווערן נעכטן / דער אומעט איז אַ קלאָג / וויי־וויי צו דעם גערעכטן / דער טאָג איז אַ דערמאָנונג / וואָס ווערט אַלץ מער פאַרנעפּלט / אין טונקל פון מיליאָנען / פאַרפּלאָגט־פאַרפוילטע עפּל / ס'איז אומעטיק און דאָך / עס ווילט זיך דיר ניט וויינען / אַ ברכה איבער בראָך / אַ רעגנבויגן ריינער / טוט שפּרייטן זיך אָט־אָט / נאָך טרערן פון דעם איינעם / נאָך טרערן וואָס דער גאָט / פאַרפלאַנצט אין האַרץ ביי זקנים / דער אומעט פון דעם טאָג / צעשמעלצט זיך אין די ביינער / מיט וויגליד וואָס פאַרמאָגט / די אַלע זיבן חנען / און בלייבן בלייבט -- אַ טרוים / טיף, טיף אין ברוסט פאַרקראָכן / פון וואָרצלען ביז צו קרוין / איין־איינציק וואָר: ביטחון



ג

כ'האָב לאַנג געזוכט אַ גראַם פאַר נעכטן
וואָס זאָל זיך הערלעך איבערפלעכטן
מיט אויפגעוו
אַכטן קלאַנג דעם עכטן
פון הייסע היינטיקע געפעכטן

נאָר אָט
־די היינטיקע געפעכטן
זיי ווייסן ניט פון סוף דעם שלעכטן
אי פון רשעים, אי פון גערעכטע
ווען ס'נעמען 
אַלע טרוימען -- וועכטער

...פ
אַרפירן אין דעם טאָל פון שעכטן
און פאָרט -- אין צרור זאָלסט זיי איינפלעכטן
אין צרור פון לעבן און פון קיום
וואָס מערט געדענקש
אַפט אָן אַ סיום