Friday, September 06, 2013

פּאַראַזיט






דער איינגעביסענער פּאַראַזיט,
דער טרויער,
זיצט און ער פאָנפעט און זידט
דיר אַריין אין אויער
אַז ער איז דער שענצטער, 
דער עכטיקסטער גראַם
צום "דויער"...

האַק אים אַרויס, 
דעם כאַם,
דורך פענצטער
דורך טיר־און־טויער,
ער זאָל מער ניט וואַגן
טאָן זיך אַ ריר,
דער גרויער.

נעם אים אָן ביים קראַגן
און וואַרף אים העט ווייט,
דעם צעלייגער,
זאָל ער ביי יענע,
ביי אַנדערע לייט
דערווייזן זיין גבורה,
דער פּגר.

נאָר אויך ווען כשורה
בלייבסט פונדערווייטנס
און אַ דערפרייטער
ווערסט בלויז – אַ צושויער
גלייך ווי ס'וואָלט זיך שפּרייטן
אַ פרעמדס פון פאַרצייטנס
אַ מעשה שהיה

צי אפשר אינגאַנצן 
לא־היה;
ווער קאָן דאָס וויסן?

קומט ער דאַן ווידער צו־קריכן
ווי אַ פרישע פּאַרטיע וואַנצן
ווידעראַמאָל איז ער ניחא 
זיין פאָנפעניש
פאַר דיר אויסצוטאַנצן
און ס'העלפט ניט 
ס'פאַרהאַקן דעם טויער...

ווייל עמיץ געטאָן האָט פאַרפלאַנצן
דעם ביטערן זאָמען פון נאָגעניש
טיף אין דער רויערד
פון דיין חול און דיין מועד
און עס נויעט און נויעט און נויעט
און עס בריט און עס זידט
דער אומגעבעטענער פּאַראַזיט

טרויער

Tuesday, August 06, 2013







מיר שטאַמען פון אדם הראשון,
פון זיינעם פון ערשטיקן גאַנג
אויף וועג און אויף שטעג,
אויף בענק און אויף טישן
מיט זיינעם אורשפּרינגלעכן דראַנג.

דורך שקר מיט אמת, אינצווישן,
צום ווייטן און איינציקן ברעג –
אַהערצו־צו טוט ער דערשיסן
מיט ברכות פון אוראַלטע טעג.

און אין די שלייפן – ס'געוויסן
מיט פרייד און מיט אַנגסט
און מיט טרייסט
טוט יאָדערדיק קלאַפּן און שיסן:
– דו ווייסט,
ליבער ברודער, דו, ווייסט?

און ווידערקוליק טוסט גריסן:
– דו, ווייסט, טאַטע זיסער,
דו ווייסט!

און ווידער
באַגרייפסט
שוין אויף זיכער
מיט קרעפטיקן זבענג
ווי מיט פויסט אויף קלאַווישן:
מיר שטאַמען,
מיר שטאַמען
פון אדם הראשון!


Monday, July 22, 2013

א געזאנג אין וואלד





teplik
אַ קול אין וואַלד
וואו עס לעבט ניט גאָט
און קיין מענטשלעכן שאָרך
ניט דערשפּירסט צווישן ביימער

וואו די יונגשאַפט ווערט אַלט
און דער סוד פונעם סאָד
פאַרבלייבט ניט־דערהאָרכט,
געשטרויכלט פון שטיינער...

אַ געזאַנג ניט פאַר דיר,
ניט פאַר קיינעם געדאַכט 
איבער אַלץ וואָס פאַרגעסט זיך
אויף אייביק. 
אויף אייביק?!

עס צעקרעכצט זיך 
דאָס קול, דער געזאַנג און ס'דערוואַכט
דער ביטחון אין אַלץ
וואָס איז שטאַרביק
און גלייביק


-

Saturday, June 15, 2013

ווערטער ווערימלעך

--




ווערטער ווערימלעך
טשעפּען זיך־צו
צו דיר
אָן אַ מאָס, אָן אַ שאַץ, אָן אַ שיעור
און אַנשטאָט זיי
צו פאַרטרייבן
פון זיך 
אַוועק
פיטערסטו זיי
מיט דיין לייב־און־ליד
אָן אַן עק
און זאָגסט זיי צערטלעך, כסדר
(זאָגסט אַרויס, הייסט עס, פון חדר):

ווערטער ווערימלעך, טייערע,
עסט זיך געזונטערהייט אַריין
אין מיר!
צווישן אייערע ציינדעלעך
טוט זיך אַ וויבריר
מיין אומגעהייערע 
בענקשאַפט
נאָך זיי,
נאָך די אַלע וואָס זענען פאַרביי 
רק געמיטער זייערע
נעסטן געטריי
און הויזן טיף-טיף 
אין מיר
מיט אַ מאָס,
מיט אַ שאַץ,
אָן אַ שיעור.










Monday, June 10, 2013

מיר זענען געוועזן





מיר זענען געווען יידן,
מיר פלעגן לעבן דאָ...
אַצינדערט פוילע פליגן
קוים זשיפּען גרייז־און־גראָ.

ס'צעקרישלען זיך די ווענט און
עס גייען פרעמדע פאַרביי
אין בונטע פאַרביקע העמדער
ווי אויפן ערשטן מאַי!..

און קיינער ניט דערמאָנט זיך,
געדענקען איז ניט פאַר זיי
חמיל, מאַזעפּע, גאָנטע
אַ בלוטיקער פאַרזיי...

מיר זענען געוועזן יידן
מיר האָבן אַמאָל געלעבט
איצט פרעמדע נאָר ירידן
זידן דאָ אומפאַרשעמט.