Wednesday, June 14, 2017

פּאַפּירענע בריק

.


May 10Bloomington
געפונען פּאַפּירענע בריק
זי פירט אַלץ פאָרויס אויף צוריק –
אין מוקדם ואין גם מאוחר.
פריי זיך דו – אייביקער זוכער!
אַצינדערט, דו ווערסט דער געפינער
פון נעכטיקער שוים און פון פּינע,
וואָס בלײַבן פון מעכטיקע כוואַליעס,
פון ברויזיקע וועלעס און פאַליעס!
נאָר ס'ווערט ניט פאַרנעצט
יענע בריק
וואָס ברענגט אַלץ ביז לעצט
אויף קעריק
צום סוף פון די מענטשלעכע קייכעס
ערב דעם נײַעם בראשית

שארפזינקייט

.




באריס קארלאוו‎ updated his status.
May 10Bloomington

קהלת אַ חכם בן מלך
דערצו א פּאָעט בן פּאָעט
אַלס יונג געווען זעלטן ווען פריילעך
אַלס זקן געלידלט ביז שפּעט
באַזונגען פאַרגאַנגענע ליבעס
ווי טועם ר'זאָל זײַן אויף דער צונג
דעם זכר פון לוסטיקע זליוועס,
אין יעדערער זליווע – אַ טונק.
נאָר יונגערהייט האָט ער געדאגהט
צו גרויס איז די וועלט
ער – צו קליין
אַזוי ט'ער זיך דאַן אויסגעטענהט
מיט ביטער פאַרדראָס און... מיט חן:
אַז אַלץ ווערט פאַרוואַנדלט
אין בלאָטע
פון אַלץ ווערט אַ גאָרנישט מיט נישט
נאָר שפּעטער שוין, אָן שום חרטה,
פאַרזוכט ער – אַ קרעפּל, אַ קניש...
דער דערוואַקסלינג ז'געקומען
צום שכל
דורך ליבע און לוסט ר'האָט דערקענט
אַז חכמה גראָד פּאָרט זיך מיט שמייכל
אַז צום שמייכל
די וועלט איז געווענדט.
אַ דיכטער, לאוו דווקא אַ נביא,
זײַן שפע – געזאַנג און גענאָד –
אַ דאנק דיר. קהלת בן דוד,
וואס אַנטדעקט האָסט
פון הבל דעם סוד
LikeShow more reactions
Comment
Comments
Shoshana Wolkowicz Meynst, AZ der poet ben-poet, farshtanen vet er, AZ me meynt im? 
Fun di shenste-tife VERK KOHELES!!!
See Translation
LikeShow more reactions
Reply
1
May 10 at 6:57pm
Erez Lévy
איר זייט עס, ר' באריס ! אבער וואס איז א ,זלידע' ?
LikeShow more reactions
ReplyMay 10 at 7:41pm
Larry Gillig зліва - (to the left) ... does that mean straying from the path?
LikeShow more reactions
Reply
1
May 10 at 8:26pmEdited
טבי שקלאווער
יידיש קענען איז ניט קיין שפאס!
LikeShow more reactions
Reply
1
May 10 at 8:33pm


דער בראשית...

.



דער בראשית טאָר ניט
זיין דער לעצטער,
דעריבער אויך דער סוף
האָט ווייניק שליטה
איבער הערצער,
ּכל־זמן עס קלינגען
אין דער שטיל
די אָפּהילכן פון סטראָפן, –
דער לעבעדיקער נאָכקלאַנג
פון אין־סופן


.

א גוטע וואך, מיין באנקשאפט

.



אַ גוטע וואָך, מײַן בענקשאַפט,
די יאָרן פאַלן אָפּ ווי בלעטערפאַל.
די ענגשאַפט
צעשפּרייט זיך ברייט. אָן צאָל,
אָן מאָס שטײַגט די געדענקשאַפט –
דײַן בליק, דײַן גלעט, דײַן קול...
אַ ליכטיקע געוויינטשאַפט
דיך גאַרן אײַזן־שטאָל.
קיין צדיק ניט, קיין רשע,
פון בענקעניש צעשטערט:
ווי ים גאַרט צו יבשה,
ווי הימל פאַלט צו ערד.
אַ גוטע וואָך, מײַן ליבשאַפט,
כּסדר כ'זוך דיך אַלץ.
די בלעטער
פאַלן גינציק
אויף אַ צעבראָכן האַרץ
און אויך ווען ליבע ברענט שוין
דערווײַטיקט אין אַמאָל
אָן מאָס שטײַגט די געדענקשאַפט –
דײַן בליק, דײַן גלעט, דײַן קול...

.

זיי וועלן מיך פארשטיין

.



זיי וועלן מיך פאַרשטיין,
זיי וועלן מיך אויפנעמען
און ס׳וועט האָפשטיין אַליין
מיט מיר זיך גאָרניט שעמען.
און אַלץ וואָס כ׳זאָג אַצינד
מיט ווערטער, זיי אומקלאָרע,
דערקלערט דער גרויסער ווינט
מיט קלאָרע טײַטש־און־סברה.
פון סאַמע ערשטן גראַם
ביז צו דער לעצטער שורה:
אומשטאַרביק איז דער שטאַם,
דע־פאַקטאָ ווערט דע־יורע.
און ליכטיק איז דער וועג –
ס׳באַלײַכטן אים די שטערן
און זייער ניגונס צוועק
אין שטילקייט כ׳טו דערהערן.
אין שטילקייט פון דעם ווינט
וואָס האָט זיך מילד פאַרטײַעט,
דערהער איך: שפּאַן, מײַן קינד,
אַזאַ טראָט איז כדאיק!..
– – – – – – – – – – –
זיי וועלן מיך פאַרשטיין,
קלאָר ווי דער טאָג און זיכער...
אַ שטיין רעדט מיט אַ שטיין
רק
ס׳לויפט
די צײַט
אַלץ גיכער