Tuesday, June 27, 2017

זאָג מיר, נשמה

זאָג מיר, נשמה,
וואו וועסטו זײַן
ווען אַלע צוימען
ווערן צעבראָכן –
צי וועסט דיך פאַרבלענדן...
פון צו־פיל שײַן,
צי וועסט גאָר אַ בענק טאָן
נאָך ערדישע יאָכן?


וואו וועסטו טאָגן,
וואוהין וועסט אַריײַן –
ווען פרײַקייט אַליין
וועט אין דיר זיך צעקאָכן?
צי וועסט זיך דערמאָנען,
נשמהניו מײַן,
אין דער אוראַלטער פרישקייט
פון וואַלדישע מאָכן?

זאָג מיר, נשמה...
ניין, בעסער שוין שווײַג,
ווײַל קלאָר ווי דער טאָג:
וועסט פאַרגעסן דײַן נאָמען,
דײַן אייגענעם נאָמען –
ס׳פליט אַרויס פון דער שטײַג –
און זע גאָר – אַ נס:
דו באַגייסט זיך גאָר אָן אים!
.

איך פלי אוועק אהיים

איך פלי אוועק אהיים
כאָטש אויף א קורצער ווײַלע
ירושלים מלא חן
של מטה, ניט של מעלה
וועט אויפנעמען איר זון...
וואָס פון דער פרעמד דער ווײַטער
זיך ווידער קערט זיך אום
דורך הימל וואָלקנס רײַט ער
אין פויגל מלא שטאָל
צוריק צו שטאָט פון שטיינער
און ווילט איר -- אויך פון גאָלד
און ווילט איר -- אויך פון ביינער
וואָס ווארטן אויף דער שעה
מ'זאל אויפשטיין קריק צום לעבן
מסתמא אָט־אָ־טאָ
אויב גאט אליין וועט געבן...
איך פלי אוועק אהיים
כאָטש אויף א קורצער ווײַלע
ירושלים ווארט אויף מיר
של מטה, ניט של מעלה

See More

ס׳איז דאָ פאַרוואָס

ס׳איז דאָ פאַרוואָס,
ס׳איז דאָ פאַר וועמען,
אפילו, דאַכט זיך,
ס׳דאָ מיט וועמען;
נאָר ס׳פעלן זיך און ס׳פעלן אויס...
אַזוי פיל נאָענט ליבע נעמען –


אַליין די ברכה נעמט זיך שעמען
בשעת דער בראָך איז גרויס

נאָר אויך ווען ס׳טוט דאָס האַרץ
שטאַרק קלעמען
געדענקען זאָלסט דעם נס פון שמן
וואָס סטײַעט אַלץ
פאַר ליכט פאַר יענעם
וואָס לעשט זיך גאָרניט אויס

See More

Wednesday, June 14, 2017

אין וואַרשע גיסט אַ רעגן

.


אין וואַרשע גיסט אַ רעגן
פּיערשאַ קליאַסאַ
און אירע טויזנט גאַסן
זיך באַנײַען
מיט פרישן הימל־וואַסער
אמחייה
אַזאַ מין שלאַקס
האָט מען פון לאַנג שוין ניט געזען
און אויסבאַהאַלטנדיק
פון טראָפּנס מים־חיים
טוט מען אַ טרוים
אַז אַזאַ רעגן זאָל באַפרײַען
די הייסע היץ פון מײַן ירושלים
ווען ניט ווען

.