Wednesday, January 10, 2018

טאָג־טעגלעכקייט


.
יעדן טאָג די זעלבע מעשה,
יעדן טאָג די זעלבע זאַך --
בינען זשומען, פליגן בייסן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכט
רויש פון טעג מיט לויזע נעכט און
פלי געפלי מיט זשומעריי --
מיט דער וואָר צונויף זיך פלעכטן
סיי מיט צוואַנג, סיי פראַנק־און־פריי
און די בייסעניש פון פליגן
מיט דעם שטאָלצן בינען רויש
דיך פאַרכישופן, פאַרוויגן
קוים פון זיי דרייסטו זיך אויס
יעדן טאָג דער זעלבער עסק
מיט דעם זעלביקן געדריי
ערנסט, לעכערלעך און שווייסיק
שטראָמט טאָג טעגלעכקייט אַליין
נאָר וואָס דען זשע? דו פליסט ווייטער
טאָג נאָך טאָג פון מוטערטראַכט --
זשום מיט בייסעניש זיך בייטן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכט
Comments
Velvl Chernin
אט די שורות רעשן באזונדערס איבער: בינען זשומען, פליגן בייסן
און דערנאָך פאַלט צו די נאַכט
Manage
Reply4w
Moysha (Moisei) Lemster
און אן זיי, וועט די נאכט ניט צופאלן?
Manage
Reply4w
באריס קארלאוו Ночь, улица, фонарь, аптека – זאָל דאָס אונדזער גאָרטן זײַן?
Manage
Reply4w

ס'קומט צו גיין אַלץ עפטער


ס'קומט צו גיין אַלץ עפטער
דער זכרון:
ס'איז געווען ערשט נעכטן
צריק מיט יאָרן.
יאָרן לאַנגע, יאָרן שלאַנקע
נאָר ניט באַנגע --
נעכטן ערשט צום ערשטן מאָל
געגאַנגען,
נעכטן ערשט אַלץ מיטאַמאָל
באנומען, --
גראָזן, הימל, זאַנגען
לעבעדיקע שטומען
איבער בערגל פּלוצים,
מיטן ווינט פאַרסמט,
גריסט דיך, דעם דריי־יאָריקן,
דער ים!
יאָרן לויפן, ס'בייטן זיך די צייטן
רק זכרון וויל זיך גאָרניט בייטן
ס'איז געווען ערשט נעכטן
קריק מיט פעטע יאָרן --
אוי, ווי ס'קומט אַלץ עפטער
דער זכרון

מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע


מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע
אַן איידעלע
נאָר וועדליק דיר איז עס ווי דאָס געזאַנג
פון פייגעלע
אַ פּשוטע, געוויינטלעכע מיסטעריע
אויף ניסים האַלט זיך אַלץ
סיי תוך, סיי פּעריפעריע
און יעדן קלאַפּ פון האַרץ
דעם לעבנס אַרטילעריע
איז פּשוט צו באַנעמען
און באַוואונדערן
בעת שטילן אונטערגאַנג
בעת אויפגאַנג מונטערן
דאָס ליד איז אפשר טאַקע אַ מאַטעריע
כל־זמן זײַן קלאָרן גײַסט
אויפנעמען
ביסט אַ בריה

מע דערקענט קוים פון דער ווייטנס


מע דערזעט קוים פון דער ווייטנס:
ס'איז אַ שמייכל, אַ געוויין?
צי דער שמייכל טוט פאַרבייטן
ווייטאָגן טיף ביז צום ביין?
נאָר פונדעסטוועגן פארשטייט מען,
ס'איז דער סאַמע טעם און זין,
פון די יאָרן ניט פאַרוועלקטע,
פון די יאָכן וואָס דערין
גייט פאַרביי סיי ליד, סיי לעבן,
נאָָר עס טאָר גאָרניט פאַרביי
נאָכן סוף פון אַלע וועגן
הייבט זיך אָן דער גאַנג אויפסניי.
און דערנאָך, נאָך יאָרן פילע,
מוזן וועט די וועלט דערזען,
ס'אַ געזאַנג פון לויטער תפילה,
ס'איז אַ גרוס וואָס ווען־ניט־ווען
וועט צו אַלעמען דערגרייכן,
מלא פּיין און מלא חן --
אי געוויין, אי קלאָרער שמייכל,
אויסגעלייטערט שטיין־און־ביין.

וועלוולען מיט ליבשאפט


.
ווען אַלע ווערטער ווערן מיד
און ס׳דאַכט זיך –
אָט באַלד דער וועלטישער יריד
פאַרמאַכט זיך, –
ניט צוים דעם אומרו פון דיין ליד
און האַלט זיך,
באַנײַ כקדם יעדן צווײַג,
וואָס שפּאַלט זיך.
ווײַל אויך די שפּאַלטונג און דער בראָך
פאַרגייען;
און נייע ברכה קומט אָן דאָך
מיט ווייען.
מחדש זײַ דײַן ליד אויפסנײַ
ווײַל נאָכן
גרעסטן ספק ווערט באַנײַט
בטחון!
Comments
Velvl Chernin
טייערער באריס, א הארציקן ישר-כוח דיר פאר דיין גוטמוטיק פאעטיש טרייסטלען. דו קענסט מיך דאך. איך בין פול מיט בטחון. אויף העברעיש איז דאס אזוי אומעגלעך זאגן. נאך א מאל א ישר-כוח און א גוטן ראש חודש דיר.
Manage
Reply7w