Sunday, September 02, 2018

פויליש







באריס קארלאוו‎ shared a memory.
May 30
ס׳טוט אַ לעבעדיקן כאָרכל
און עס ריזלט אַן אַ סוף
מיט אַ שאַרפן, פרישן שאָרכל
רײַך און מונטער – זין און שטאָף,

קיינער גראָבט זי ניט אַרונטער,
קיינער שטערט איר גאָרנישט ניט
פײַער־פלאַם פון הייסן צונטער
רייד, גערייד, געשריי און ליד.

און איר שכנה, וויי און ווינד איר,
ניט זי זשיפּעט, ניט זי גרינט,
טויט איר היים, פאַרטויבט די קינדער –
ווי פּאָלאָווע אויפן ווינט.

פּויליש, פּויליש, ס׳פרייט דײַן ניגון,
דײַנע זאַפטיק וואָרע רייד,
נאָר דײַן שכנה – טויט אַנטשוויגן,
אומגעקומען יונגערהייט.

אומגעקומען? ניין דערמאָרדעט,
גלײַך זי׳ז גאָר דאָ ניט געווען,
אסור דאַרן ס׳זאָל דײַן גומען
וואָס טוסט איר ניגון ניט דערזען...
.
פּוילן, סוף מײַ 2017

די פייגל דאַוונען שחרית






די פייגל דאַוונען שחרית מלא־חן
אויף כּלערליי אופנים, ליכטיק קלאָר
מיט זייער זינג־געזאַנג די ליכט צעשפּרייט
די פליגל פון דערוואַכונגען קאַיאָר

אַ נייער טאָג איז ווי אַ נייער נס
און דער געזאַנג פון פייגל איז אַן אות
אַז וואונדערלעך ז'דער אָנקום פון מעת־לעת
ווי אַ באַנייטע אויסשפּראָצונג פון גראָז

און גלייבן ווילסט ס'עט תמיד זיין אַזוי
אַ פייגל תפילה אייביק קלינגען וועט
ווען צווישן שיין און אומשיין עטוואָס גרויט
דער דראַנג צו סאַמע פרי פון טיפער שפּעט

די פייגל טרעלן ווייטער, בענטשן טוי
דער יונגער אינדערפרי איז מער ניט גרוי
.

דו זוכסט דעם וועג צו זיך אַליין





דו זוכסט דעם וועג צו זיך אַליין
און טוסט אים קוים געפינען.
אַליין איז די נשמה ריין,
נאָר גאָרניט דעם אַליין אַליין
האָסטו דאָך אין זינען.
דו גייסט און גייסט און קוים דערגייסט
ביז פּלוצים, מיטנדרינען –
אַלץ וואָס דו מיינסט אַז דו פאַרשטייסט
צו אַל די רוחות – דער רוח זיי ווייסט! –
טוט פון פאַַרשטאַנד אַַנטרינען.
נאָר ס'מאַַכט ניט אויס, אַבי דו גייסט
און שמייכל טוט דיך רימען,
אַַיעטוויד שפּּאַַן באַַגריסטו הייס,
ס'געראָט דעם גאַנג אַליין גאַנץ דרייסט
צו זיין דיין גוטער סימן

דו-דו-דו-דו (אַ סאָנעט פאַר דיר און איר)




באריס קארלאוו
May 19

גאָט אַליין באַשערט דיר מײַן יידיש ליד –
מאַכן ליכטיקער דײַן אינדערוואָכן,
צווישן יאָך וואָס מאַטערט, מידער פון מיד,
און דעם אומרו וואָס טוט אין דיר קאָכן.

גאָט אַליין ט׳באַשאַפן מיר דײַן געהער
מאַכן געראַמער מײַן איין־אַליינקייט,
כ'זאָל דערזען פונדערווײַטנס ווער איז ווער,
שעפּן טרייסט פון דײַן קלאָר־קלאָרער שיינקייט.

און ווען כ'רוף אַרויסעט: "ס'ניטאָ קיין גאָט,
ס'איז ניטאָ גאָר קיין יושר. אַלץ שימלט!.."
ווייסטו גוט, ס'ניט מער ווי אַ נאַרנשפּאָט
פון פאַרבאָרגענעם הימל וואָס דרימלט.

גאָט אַליין באַשענקט מיך מיט דיין געזיכט
כ'זאָל אין אים דערזען דײַן בליק און איר ליכט
.

מאך צו די אויגן






מאַך צו דײַנע כשרע אייגעלעך,
אָט קום איך צו־חלום צו דיר
אויסזינגען די לידער די אייגענע
נאָך איידער כ'לאָז זיי אויף פּאַפּיר.
אַ בראָך, דו געטרויסט מער מײַן ניגון ניט,
נאָר עס ציט דיך צו הערן מײַן קול
אין טיפקייט וואָס פליט מיט אַ וויגליד מיט
צום באַרגשפּיץ אַרויף פונעם טאָל

ווי קורץ קאָן אַ ברכה געדויערן,
ווי גיך טוט אויסרינען דאָס גליק?..
די אויגן מאַך צו. אין די אויערן
ס'זאָל קלינגען די שענסטע מוזיק.

גערעכט איז געווען יענער טראַגיקער,
פאַרשמייכלט, אַז אַלץ איז אַ שפּיל...
די נשמה פאַר דיר זינגט אַ נאַקעטע:
דאָס גרעסטע געווינס ס'האָט פאַרשפּילט

מאַך צו דײַנע כשרע אייגעלעך,
כ'דערטראָג זיך אין חלום צו דיר
כ'זינג אויס דיר די לידער, מײַן איידעלע,
נאָך איידער כ'לאָז זיי אויף פּאַפּיר
.