* * *
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
– נאָר טאַקע פון טיפן האַרצן
אַ שטראָם, אַ קוועלכל, אַ פליסעניש
אין ברייטקייטן און אין טיפעניש
פון אייביקער פאַרגעסעניש
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
:נאָר טאַקע בפירוש אָט־אַזוי־אָ
– פון אַ ברייט צעעפנטן ברוסטקאַסטן
אַ כאָרכל, אַ שאָרך, אַ סקריפּ פון זעגלען
אָנגעצויגענע אויף העכסטע מאַסטן
וואָס פלאַטערן מיט נאָגעניש
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
נאָר טאָמער פאַרקערט, צומאָל גאָר
– טאַקע בפועל ממש: סתם אַזוי
פון אַ פאַרקלעמט מויל
אָן שום הסכמות, צי דערלויבעניש
– דעם אַלמעכטיקן בורא עול
אַ פאַרשפּעטיקטע לויבעניש
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Tuesday, November 23, 2004
a lid iz nit stam azoy...
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment