Sunday, January 30, 2005

red_horse_syl

ראַקושקעס

ס'איז אַ מושל כחרס הנשבר
,ניט קיין מושלען וועל איך היינט באַזינגען
נאָר די ראַקושקעס פּוסטע און בלינדע
וואָס כ'האָב האַרציק באַוואונדערט
אויפן באַלטישן ים־ברעג
:פון מיין פרי־פריער קינדהייט

סאַראַ פּרעכטיקער הונגער
,נאָך ראַקושקעס קלייבן
!אַיעדע באַזונדער

אויך שפּעטער, ביים ראַנד צווישן קינדהייט
און אומרייפער יוגנט
,איז דער וואונדער געוואָרן נאָך גרעסער
ווען כ'האָב ראַקושקעס ווייטער געקליבן
…אויף דעם ברעג דעם אַדעסער

און אָט ס'דאַכט: לא היה, לא נברא
,און ס'איז – גאָרניט, אינגאַנצן – אַ משל
– דאָך ניט משל, ניט מושל, ניט מושלען
האָב איך שפּעטער נאָך
ווידער געקליבן
און אַיעדע געכאַפּט ווי אַ ווילדע מציאה
אויפן זוניקן, היימישן ים־ברעג
.לעם הרצליה

און ביז היינט ווי אין ראַקושקע'ס אויער
קלינגען ווידער אין קאָפּ יענע מעכטיקע ריטמען
פון וועלטישע ווייטן
וואָס הערן
ניט אויף דעם געזאַנג־איבערקלאַנג
.צווישן ימען, יבשות, און צייטן

– ,אָט־די ראַקושקעס צאַרטע
– !ס'אַ משל, נאָר גאָרניט ווי חרס הנשבר
,ניט זיי ווערן אַנטשטומט
ניט זיי ווערן צעבראָכן
,איבער ווייט, איבער צייט
…איבער ווירבלען פאַרקאָכטע

,אייך, ראַקושקעס ליבע און ווייטע
שענק איך מיין קינדערשן דאַנק
!און מיין מענטשלעכע ברכה

Moskve 1970



מאָסקווער ווינטערס

,יענע מאָסקווער שנייען לאָזן דיך ניט שלאָפן
,יענע מאָסקווער וויוגעס לאָזן דיך ניט רוען
די פאַרשמוציקט ווייסלעכע סוגראָבן
…די זאַווייען וואָס אַלץ דויערן און דראָען

– בייזע ווינטן, פרעסט און זאַווערוכעס
ווען וועט שוין אַן עק זיי אַלע נעמען
,און אַ סוף זיין צו דעם ווייסן קומער
,ווייסע ווייטן
,ווייסע פעלדער
..?ברייטן ווייסן עלנט

!?יענע מאָסקווער ווינטערס, ווי זאָל מען זיי פאַרגעסן
…ס'וואָלט די שרפהנדיקע זון געמעגט זיי לאַנג צעשמעלצן
נאָר צי קען מען דען דערמאָנונגען באַפּעלצן
?און באַזוניקט צי באַזיניקט אויסמעקן אַדרעסן

ס'האָט פון לאַנג שוין אָפּגעמעקט די וויוגע די אַדרעסן
נאָר וואָדען, – זיי לייכטן הייס דיר אין זכרון
,טאַקע זיי צוזאַם מיט יענע לאַנגע מאָסקווער ווינטערס
,מיט די סאַמע צאַרטע
,סאַמע העלע
…סאַמע קינדער־יאָרן


KerlerHebrew1.JPG



ליכט־מיט־וואונדער נעגל אויפן הימל

צום ערשטן מאָל אין יונגן לעבן
:באַמערקט דעם הימל אויסגעשטערנט
אַ שלל מיט פרישע אָוונט שטערן
.איבערן מאָסקווער נאַכט געווימל

:און גלייך אַ קלער געטאָן
ווי מעגלעך
אַז אָ־די ליכט־מיט־וואונדער נעגל
האָט עמעיצער אַזוי ברייטהאַרציק
דאָרט צוגעקלאַפּט און אויסגעקילעמט
?מיט זיי די ברייט פון הויכן הימל

צום סאַמע ערשטן מאָל
:פאַרקלערט זיך
– ווער קאָן זיי אַלע איבערציילן
…ניט איינס, ניט צוויי, ניט דריי
..?ניט הונדערט

צום ערשטן מאָל
פון סאַמע, סאַמע, סאַמע
קינדעריאָרן
דערזען די שטערן
און פאַרקנייטשט דעם שטערן
און ס'דויערט אַלץ און דויערט
אין זכרון
,דער צאַפּלדיקער וואונדער
דער באַוואונדער
וואָס וועט דיין אייגענע
געדענקשאַפט
איבערלעבן

No comments: