Wednesday, March 23, 2005

TSOFN VEYLZ

IRINA'S 'NORTH WALES' (22 MARCH 05)

"A View in North Wales" by Irina Izhogina


Llandudno Junction

כ'האָב מיין האַרץ פארלאָרן אין כלאַנדידנאָ דזשאַנקשן
,צווישן פרעמדע פעלדער, בערגלעך, שאָף און טאָלן
גלייך ווי כ'וואָלט געזוכט דאָ די קלאָרע רו פון לאַנג שוין
.און וואָלט זי דאָ געפונען אויף שטעגעלעך אויף שמאָלע

און די פרישע עכטיקייט פון רואיקע פאַרטאָגן
,אָטעמט ברייט מיט לעבן און מיט רייפן גלויבן
כ'האָב איצט דיר, כלאַנדידנאָ, מיין אומרו צוגעטראָגן
.און דיינע שטערן ציטערן מיט נעץ מיר אין די אויגן

,צי וועט מיר סטייען צייט נאָך זיך וואַכזאַם צוצוהאָרכן
,שפּאַנענדיק באַדאַכט אַזוי איבער די פרייע שטראָזן
צו אַלע דיינע שווייגנס און צו אַלע דיינע שאָרכן
?וואָס הילכן אָפּ מיט צאַרטן שטאָלץ אין הימל, בערג און טאָלן

,כ'האָב מיין האַרץ געלאָזט דאָ אויף די פעלדער גרינע
.אויף די ליקלעך שיטערע באוואוינט פון מענטשן פּשוטע
אין כלאַנדידנאָ דזשאַנקשן וואַכט אויף דער באַגינען
...און די שטילקייט צאַנקט שוין פאַרביי אַ צעפּאַלאָשעטע

צפון וויילז, סוף זומער 1994

No comments: