Friday, September 09, 2005

אלטער תרח




,דו ווערסט, מיין פריינד
אַן אַלטער באָק,
ווייל הייבסט זיך אָן פאַרקוקן
אויף יונגע מיידלס האַלב
אַנטבלויזטע רוקנס...

נאָר ווייסן – ווייסט ניט מער
ווי גיט מען זיך אַן עצה
ווען דו דערזעסט
אַ מיידלש צאַפּלדיקע פּלייצע,

שוין אָפּגערעדט
פון שלאַנקע האַלדז־און־נאַקן...
דו קוקסט און גאַפסט,
נאָר בלייבסט פאַרזשאַווערט,
אַלטגעבאַקן...

דו ווערסט, מיין פריינד,
אַן אַלטער באָק,
אַן אַלטער,
אַלטער תרח
די מיידלעך –
האָבן דיך אין טראָק!

און איך מיט דיר אינאיינעם
(ניט טרעפן ס'זאָל ביי קיינעם)
אויך איך אַלץ עלטער –
ווער איך...

י



No comments: