Monday, May 01, 2006

אַנטי-טרויער




אָנזאָג

דער טרויער איז דער ערשטער
סימן פון פאַרגעסן,
דורך אים עס ווערט פאַרמויערט
אונטער אומוויסנס פּרעסן
די סאַמע ליכטיקסטע געדענקשאַפט –

ניין, ניט מיט טרויער
דאַרף זיך פּאָרן בענקשאַפט!

דו, זיי אַ העלד,
וואָס שטענדיק איז ער גרייט
זיך ראַנגלען מיטן טרויער!
ווי פינצטער זאָל ניט זיין די ערד,
דיין וועלט –
זאָל אויך מיט הימלס הויער
זיך צעשטראַלן
ברייטהאַרציק און העל!

אַניט,
פאַרפאַלן
די העכסטע מעלות פון דיין פלי
אין טיפן, נידעריקסטן פאַלן...

דו, זיי אַ העלד –
אַ שמייכלדיקער גיבור
וואָס הייבט אויף זיינע פליגל
הויך און שטאַרק
און פליט בשלום איבער
דעם שוואַרצן תהום
פון טרויער.


Cherni, Karloff, Menkes


בענקשאַפט

די בענקשאַפט איז אין תוך – אַ ברכה
וואָס שמעלצט דאָס האַרץ
מיט וואָרער ליכט
און אַלץ וואָס לויז איז
און צעקראָכן
געפינט דורך איר
דעם גלייכגעוויכט,
דעם קלאָרן אויפשטייג
צו הייכן בלויע,
דעם שטייפן שפּרונג
וואָס גרייכט צום ציל.

די בענקשאַפט איז אין תוך – דער דויער,
פון שטילקייט געטלעכער
אַ שפּיל.


eretz yisroel


פרילינג

שוין אַזוי פיל מאָל געזען
דעם פרילינג,
שוין אַזוי פיל מאָל
זיך אויפגעכאַפּט
אויפסניי.
נאָר עס ווערט ניט
אויף קיין האָר צעביליקט,
בלויז די מילדע פ
אַרבן
ווערן שטאַרקער
און
דער עיקר:
ס'ווערן חושים
מער פאַרשיכורט

ביידערביי...


pikaso's friling

No comments: