Monday, January 22, 2007

--





עקזיסטענציאַליזם אָדער פיר לשונות בגוף אחד

איך שפּיל זיך
נאָר זיך אַליין
כאָטש איך אַליין
באַשטיי
פון גאַנצע פיר
באַזונדערע איכן
וואָס יעדערן כ'שפּיר
ווי ער טוט פון מיר קריכן
און איך אַליין,
אַליין, אַליין, אַליין
אויף אַלע פיר
באַמי זיך
נאָכקריכן
נאָך זיי

און זיי,
זיי
פּריוון שפּילן מיך
פון קאָפּ ביז די שיך
יעדערער
לויט אַן אַנדער מין סימפאָניע
גלייך ווי כ'וואָלט זיין
אַ שטיקל פילהאַרמאָניע
זיי ציען אויס ביי מיר דעם קליי
און זאָגן: גיי, שוין גיי,
אַזוי וועט זיין געראָטן!

און יעדערער
שלעפּט מיט זיין פּאַרטיטור
מיט אייגענע נאָטן
מיט אייגענער פאַקטור
און יעדערער
מאָנט און דערוואַרט
כ'זאָל באַלד
נאָכטאַנצן אַלע טענער
נאָך הערלעכער און שענער
ווי פריר

פרעג איך ביי זיי:
ביז ווען וועט זיין דער שיעור?

דאַן ווערן זיי
אויף
אַ וויילעטשקע אַנטשוויגן
און איך
איך הייב שוין ווידער אָן
צו שפּילן
זיך
נאָר זיך אַליין
שטיל און שטאָלץ
און עלנט
ווי אַ שטיין.




No comments: