Monday, September 24, 2007

-







-


דער יידישער טשאַבאַן פון דאָראָהאָי

דער יידישער טשאַבאַן פון דאָראָהאָי
האָט אונדז געזאָגט: דער בורא, ברוך שמו,
האָט מיר באַשערט ניט ווייניק לאַנגע יאָרן
דורך וועלכע כ'האָב ניט ווייניק שאָף פאַרלאָרן
אויף גרינע פּאַשעס לעבן דאָראָהאָי.

אַ פלעמל אין די אויגן זיינע בלוי
האָט כלומרשט אויסגעאָטעמט "ברוך שמו"
און מ'האָט דערזען דורך שמייכל זיינעם קלאָרן,
אַז ביטער־גיך פאַרביי זיינען די יאָרן
און ס'פעלן גאָר ניט ווייניק שאָף אין דאָראָהאָי.

דאָס לעבן איז אַ פּאַשע, דער זכרון – שטרוי,
די יאָרן אויסגעלעבטע פאַרוואַנדלען זיך אין חלום
און ווען סע שלאָגט די שעה טאָ ווער וועט דאַן, פאַרטרויט,
שוין מאַכן ווי ס'געהער צו זיין נאָך מיר אַ מלא,
נאָך מיר, נאָך מיינע לעצטע שאָף, נאָך אונדזער דאָראָהאָי?

דער יידישער טשאַבאַן פאַרחלומט שטייט אַזוי
געזעגנט זיך מיט אונדז און ווינטשט אונדז: פאָרט לשלום
ער קאָן און וויל שוין מער ניט מאַכן קיין הבדלה
די גרינע פּאַשע ווערט באַלד טונקל־גרוי
אַלץ ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ לאַנגן, לאַנגן חלום.


סיגעט, יוני 2007



No comments: