פאַרפילן פּראָפילן מיט שמייכל
און סילועטן מיט אויגן און ליפּן
און מאָלן, און מאָלן און גרייכן
צו יעטווידן פּרט פון דעם פּנים
דעם ליבן
אַ קלייניקייט עפּעס צו מאָלן
בפרט ווען ס'ע דאַכט אז אפּנים
אַלץ ווערט שוין צו־נישט, ווי פאַרפאָלן
אין לאַבירינט פון זכרון
צי אָן אים
איז דווקא דערפאַר זאָלסטו מאָלן
פאַרשטעקן דעם וויסטן פאַרפאָלן
פאַרפילנדיק ליבע פּראָפילן
מיט שמייכל
צום לעבן צוריק צו דערגרייכן
פון יענער זייט סילועטן
און מאָלן, און מאָלן
און וועקן
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Thursday, June 03, 2010
פאַרפילן פּראָפילן
---
Subscribe to:
Post Comments (Atom)
No comments:
Post a Comment